דפים

יום שישי, 29 ביוני 2018

כי האדם יראה לעיניים, וה' יראה ללבב / לנפש הר''ר מתתיהו קרויס נ''ע

מי לנו גדול וקדוש כשמואל הנביא.. משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו.. אבער רש''י ברענגט וואס חז''ל זאגן דאס השי''ת האט איהם מכשיל געוועזן איבערן איינמאל הערויסזאגן דעם אנכי הראה.. איהם צו דערמאנען: יא דו ביסט טאקע דער זעהענדיגער רואה דער נביא להשם אבער דו זעהסט נאר וואס און וויפיהל איך ערלויב דיר צו זעהן.. ועאכו''כ מה אנו מה חיינו פשוטי ההדיוטות מיר זעהן לכתחילה גאר ווייניג און אויך וואס מיר זעהן שוין יא פארשטיין מיר בדרך כלל ממש גאר גארנישט.. אבער דאך, אין ספרי האמת ווען מיר דערמאנט כסדר דאס חלילה צו מזלזל זיין ווייל אפילו אונזערע חלומות שווא און דמיונות תעתועים זענען רמזים וואס מען איז אונז מרמז פון הימל, די השגחה העליונה פון השי״ת דעקט אלעס אפילו אונזערע הרגשות סתומות און דמיונות..
הלא דבר הוא וואס עפעס האט מיר געשטופט צו צייכענען עטליכע זיילן לזכר א לונדונ'ער איד וועם איך האב געקנט פאר איבער פערציג יאר און נישט געטוישט מיט איהם קיין צען ווערטער הר״ר מתתיהו קרויס ע״ה. ווייל מיין הארץ זאגט מיר דאס דער דאזיגער 'ארגינאלער עקזעמפלאר' פון א אונגארישער פשוט׳ער איד איז גאר חשוב אין הימל א בן עולם הבא.
מען זאגט דאס ער איז געוועזן א ריזן גביר און דאס ער האט זיך געלאזט היבשט קאסטן.. טאקע חשוב און גאר חשוב, אבער דאנקען השי''ת לאנדאן איז א קהילה אוואו ס'מאנגלען נישט בלעה''ר קיינע גבירים ובעלי השגות אין צו''ח.. נאר אין מתי' קרויס ע''ה האב איך געזעהן 'א נשמה כשרה' נבזה בעיני נמאס ברמ''ח ושס''ה וועלכער האט מיר אייביג דערמאנט  די קדושה עליונה פון תום דרך וטהרת הלב..  
רבי מתתיהו האט פארשטאנען וועם און וואס ער האט פארשטאנען און געדולדעט וועם און וויפיהל ער האט געקענט דולדן און ווי מען זאגט אין ענגליש: "הי העס טרייעד אנד דאן היס לעוועל בעסט.." אבער אייביג איז מיר געוועזן פשוט דאס דער מענש וויל נישט וויסן קיינע חכמות ער איז א תמים דרך א בן עולם הבא.
ער האט אויך זוכה געוועזן איבערצולאזן אן אלמנה גאר א אשה צנועה כשרה וצדקנית לאוי''ט (אזוי איז מעיד מיין פרוי תחי'..) און א משפחה פון וואוילע, ערליכע רבנישע זון און פיינע טעכטער און איידימעס כולם שוים לטובה רחמנים ביישנים וגומלי חסדים ללא כחל שרק.
לך בשלום וואוילער, טייערער רבי מתתיהו: ונחך ה תמיד והשביע בצחצחות נפשך ועצמותיך יחליץ ..
ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט, אפשר גאר דארט בעולם הנשמות וועלן מיר זיך נאך איינמאל צונויפרעדן  (נאטורליך אויף אונגאריש) און האבן אן אלגעמיינעם גוטן זאפטיגן שמועס.. 
ביטע, געדענק דיינע באליבטע בזה העולם ותהא נשמתך צרורה בצרור החיים עם נשמות הצדיקים התמימים שבגן עדן. אמן
יהודי פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.