דפים

יום חמישי, 31 במאי 2018

הזאלונים אומרים כי הם הצליחו לשכנע את הרב שטרנבוך להחרים את הכינוס וישתתף בשבע ברכות שעושה הזאלוני בלייקוואוד

אם זה נכון זו פצצת אטום מכה אשר לא כתובה בתורה לאהרוני, השאלה היא מי ינצח, לפי מה שאומרים הזאלונים ר' מלכיאל קוטלר וגיסו שכנעו אותו בלייקוואוד שלא יילך לכינוס של האהרוני מפני שמטרתה להכות בזאלוני אישית ולא חיזוק הדת, הם העלו את הזאלוני על הקו שאמר לו כי השתתפותו בכינוס זו תקיעת סכין אישית בו

לטענת הזאלונים הוא הודיע כי לא ישתתף בכינוס ביום ראשון וכי אף יבא לשבע ברכות ביום ראשון אצל הזאלונים

מאת סאטמארי

הגאון האדיר ראב"ד ירושלים אפגעזאגט צו רעדן ביים כינוס.

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געשיקט שליח מיוחד אין לעיקוואוד, צו רעדן צום ראב"ד שליט"א, פריוואט, ווען ער איז נישט ארומגענומען מיט די אנשי דלא מעלי, און אים קלאר מסביר זיין אז די כינוס איז דער גרעסטער הירוס, און אז ער, דער רבי שליט"א האט חלילה גארנישט קעגן אים פערזענליך, פארקערט: רבינו שליט"א וויל אים זייער אויפנעמען און אים מאכן א גרויסארטיגן קבלת פנים בחוצות וויליאמסבורג, און ווייזן פאר די טויזנטער ערליכע אידן, אז סאטמארע אידן זענען נכנע פאר דעם בית דין הגדול שבירושלים עיה"ק, פאר'ן גאב"ד און פאר'ן ראב"ד און פאר אלע תלמידי חכמים.

דער שליח מיוחד, א גאר חשוב'ער תלמיד חכם מרבים, פון די גרעסטע ראשי ישיבות אין לעיקוואד, האט איבערגעגעבן דעם טעלעפאן פאר'ן ראב"ד, און דער ראב"ד האט פערזענליך גערעדט צום רבי'ן בערך 15 מינוט.

1)    רבינו שליט"א האט אים געזאגט אז אלץ עת לעשות ה' הפרו תורתך, זאל דער ראב"ד למען השם נישט אויפטרעטן ביים כינוס, ווייל דער כינוס טשעפעט אים פערזענליך - דער כינוס איז נאר חרוב צו מאכן די שיטה הקדושה.

2)    הראב"ד שליט"א האט געזאגט פארקערט אז ער וועט יא רעדן גאר שארף קעגן גיוס. האט אים דער רבי געזאגט אז די גאנצע רעדן קעגן גיוס איז נאר א שפיל. ווייל דער אמת איז קלאר אז דער כינוס איז א פראטעסט אים קעגן פערזענליך און שטעכט אים אריין א מעסער.

3)    הראב"ד שליט"א האט פראבירט מסביר צו זיין אז אזוי ווי איז ער שוין דא, ער האט שוין געמאכט א דרשה, און שוין געקומען צו פליען. אפשר זאל אים דער רבי יא לאזן רעדן אויף עפעס א וועג.

4)    רבינו האט זיך ב"ה געהאלטן זייער שטארק און געזאגט פארקערט. אז כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל שכר על הפרישה, און נאך סאך מער, ווייל ס'ועט ארויסקומען א כבוד שמים אז ער וועט נישט רעדן.

5)    הראב"ד שליט"א האט געזאגט אז מ'קען למעשה אויפטאן, אויב מ'רעדט צו א ציבור אידן וועגן די שיטה, אפשר איז דאך כדאי צו רעדן, און זיי אויפקלערן און זיי מקרב צו זיין צום אמת.

6)    רבינו שליט"א האט מסביר געווען אז ס'איז דער מעסעדזש אז מ'גייט נישט, איז דאך מער ווי דאס אז מ'קע אויפטאן. מ'ווייסט דאך קלאר אז דער רבי זי"ע האט געזאגט אז מ'טאר נישט זיצן מיט רשעים אפילו מ'קען אויפטאן. אפילו מ'קען זיי מקרב זיין קעגן גיוס איז דאס זיך אפהאלטן פון אהינגיין דאך בעסער. און דער רבי שליט"א גאר הערצליך מבטיח געווען פאר'ן ראב"ד אז ער מיינט חלילה גארנישט קעגן אים.

נאך א קורצע צייט האט דער ראב"ד געזאגט פאר רבינו שליטי"א אויב דער רבי האט פערזענליך צער דערפון ער ציט זיך ארויס. און זיך שטארק אנטשולדיגט פאר'ן דעם אומאנגעמליכקייט וואס ער האט פאראורזאכט, און האט גאר שטארק געבעטן אז דער רבי זאל אים מוחל זיין.

דער פלאן איז אז מ'וועט פון יעצט ביז זונטאג פראבירן נישט צו לאזן קיינעם פון די אנשי דלא מעלי אפצושרעקן דעם ראב"ד שליט"א אדער סטראשען מיט עפעס, ווייל זיי זענען דאך עלול אויף אלעם כידוע.

לויט'ן פלאן וועט דער זיך רבינו שליט"א טרעפן מיט'ן ראב"ד אין לעיקוואוד א' שלח אין בנות דבורה זאל ביי די גרויסארטיגע שבע ברכות בחצרות קדשינו.

פרטים יבואו

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.