דפים

יום רביעי, 30 במאי 2018

נישט בלויז דאס מען טאר נישט, נאר מען האט טאקע נישט געטארט..

ס'גייט אן אור אלטע מעשה פון א ליטוואק מיט א פראק וועלכער איז געשטאנען אויפ'ן יעריסלאבער יריד איבער א וואגאן פול מיט אוסגעוועפטע רויטע פאפריקה פודער און אנאנצירט דאס זיין שטויב איז הונדערט פראצענט גאראנטירט צו מאכן בליי צו ריינע גאלד..
און ער האט יעדן שטיל און געדולדיג ערקלערט דאס די מעטאדא איז משונה'דיג איינפאך, בלויז שמעלצן די בליי, העריינלייגן א קילאגראם שטויב פאר אהאלבע קילא פון די בליי און רוהיג און לאנגזאם מישן פאר  א האלבע שעה מיט א פראסטע מיש לעפל, לאזט קיהלן  און הארטעווען און נאט דיר א דרייפערטל קילאגראם פון ריינע פיינע גאלד. ער האט אויך ערווענט דאס בשעת מען מישט מעג מען רעדן און טראכטן וואס אימער, אבער באזהרה גדולה בשופו"א נישט פון ווייסע סיביר'ע בערן!
נאטורליך רבי שמעריל איז געוועזן פון די ערשטע קופצים, געקויפט בעצאלט און גלייך אהיימגעלאפן צו מאכן שנעל אביסל גאלד אויף צו קענען קויפן נאך און נאך פון די וואונדער פודער, און קוים געמישט אהאלבע מינוט גיט ער זיך א צושריי: "א פינסטערער קללה פון מיאוסע שלימזל אויף יעדן געשעפט מיט א ליטוואק".. ג-ט ווייסט דאס שמערל האט אין זיין לעבן נאך נישט געטראכט פון ווייסע בערן, נאר ווי איך האב נאר העריינגעשאטן דעם פארשאלטענעם פודער האבן דיע חיות גענומען טאנצן פאר מיינע אויגן ווי חסידים שמחת תורה..  און דער סיפור ענפלעקט גאר א פראקטישע לעקציע אין חינוך הבנים והבנות.

אפאר טעג צוריק האט אונזער בעל אכסניא  הרב שאולזאהן שליט''א אביסל קריטיזירט א מנהיג קהילה רמה איבער האבן גערעדט צו-גראפיק ווען ער האט מפרט געוועזן במעמד רבים געוויסע שעהמפולע עניינים אין זיין קהילה.. יא ער האט א פוינט, רבנים האבן אייביג גערעדט מער בכללות ווי בפרטות הדברים..  
אבער ס'איז א ביסל שווערער צו קאנפראנטן דעם הרגל פון די לעצטע דורות צו מאיים זיין אויף די יונגווארג בדברים שבצנעה זינט  די מומחים האבן פעסטגעשטעלט דאס די דאזיגע עיסוקים איז דרכם להזיק,  און אנשטאט די מחנכים'ס אינטרעס און סטראשונקעס זאלן יעמאנד מקדש זיין טוהט דאס זיי צו אפט איבער נאטרליך רייצן און שטופן צו א נידערשטאנד פון פיקסאציע און אבסעסיע ל''ע.  
אמת, פסיכאלגיע און בעהייביורל-סטאטיסטיקס האבן נאך נישט עקזעסטיר'ט אינ'ם אלטן היים, אזוי האבן זיי אויך נישט געוואוסט פון אנטיביאטיקס און הארץ סטענטס און בייפאסעס..  ונקבל האמת ממי שאמרה..
יהודי פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.