דפים

יום רביעי, 30 במאי 2018

זאלוני בא חשבון עם האהרונים

מאת סאטמארי

ברודער טייערע געב מיר צו פארשטיין....
~זיצט אייך אראפ אפאר מוניט~

די ארונים האבען געפייניגט אידען עלטערע, אינגערע, זיידעס, קינדער, קימפעטארינס, קליינע בעביס, פארברענד א ילד מיט קינדער אינעווייניג, אויס געשאסען פענסטערס פין הייזער אינמיטען דער נאכט, צושטאכען רעדער פין קארען, ארויסגעווארפען פין שילען, אפילו ארויסגעווארפען א איד נאקעט פין מקוה, וכהנה וכהנה... אלעס ווייל מען איז נישט געגאנגען כחמורים נאך זיי ..אבער...!!!!

מען האט געמעגט!!!! דערוואגען זאלסטו צו זאגען אז עס זענען געקומען צרות וועגן דעים!!!!!

זייער מנהיג ותלמידיו האבען מבזה געווען אלע ערליכע גדולי תלמידי פין רבין אריינגערעכנט קאשוי רב ז״ל אזאש מען האט אויפגעמאכט א שמוציג מויל אויף איהם כידוע לכל, מאנטעווידע רב ז״ל, רבי יחזקאל ראטה שליטא מען האט  איהם גערוידעפט איינמאל ביי א שמחה אפילו געדארפט ארויס טאנצען פין די פענסטער זיך צו באשיצען כידוע.... וויזניצער רבין ז״ל פין מאנסי, ועוד ועוד גדולים אין תלמידי חכמים וואס זענען נישט מיט געשטאנען מיט זייער הנהגה האט מען זיי פארשעמט, אויסגעפייניגט, מחרים געווען, געווארפען פאשקעווילען... אבער..!!!!!

מען האט געמעגט!!!!! דערוואגען זאלסטו צו זאגען אז דאס אלעס איז בזיון תלמידי חכמים אין ווי שארף עס שטייט וועגן דעים אין דעיס ברענגט צרות.. חס מלהזכיר!!!!!

נאך עד היום הזה שטייט מען אין פייניגט אויס אידען זיידעס באבעס, מחותנים, חתנים אין כלות ביום חופתם,  מען שרייט נאך קאפעלס אין די גאסען, ווארפט פאשקעווילען מיט בילדער פין זיי, מאכט די אידען פארגעסען טרערען, צוקריגען משפחות מרבה מחלוקות.. אבער....!!!!!

מען מעיגט..... דערוואגען זאלסטו צו זאגען אז די אלע טרערען שטייען ביים כסה הכבוד אין ברענגען צרות אין חרון אף אויף דער וועלט..!!!!

יארען איז אנגעגאנגען טעראר צו אויסניצען דעם יום המיתה כדאי אויסצופיינוגען עלטערע אידען די לעצטע מוניטין אין לעבען צו סטראשענען אז מען וועט נישט ליגען אין בית החיים, דער וואס פארשטייט וואס מיינט צו דערשרעקען עלטערע אידען אויף זייער לעצטע ווינטש, אויסגעפייניגט אומשילדיגע עלטערען בעת צער ווען זייער קינד דער בר מינן איז מתו מיטל לפניו האט מען נישט געלאזט מקבר זיין צו ליב פאליטישע חשבונות, אין אמאל אפילו אראפגענומען דעם קבר לאחר סתימה, פאר ביטערט צובראכענע אלמנות ויתומים, ארומגעטאנצען ביי א קידוש בית החיים , געגאסען ביי קברים האניג, קעטשאפ.... אלעס ווייל מען גייט נישט אין שפאן מיט זיי..... אבער...!!!!!

מעין האט געמעגט... דערוואגען זאלסטו צו זאגען אז וועגן דעים קומט צרות!!!!!

מחלל שבת ויום טוב געווען ווען מען האט געבויעט זייער טענט אין וויליאמסבורג בעצם ליל יום טוב....., 
מחלל יום טוב ומחלל בית המדרש ומחלל שם שמים ווען צוויי יאר האט מען זיך אריינגעבראכען אין ביהמד״ש אויף ראדני צובראכען זאכען געהאקט אין געשלאגען רעכטס אין לינקס, איבערגעדרייט ארון הקודש וספרי תורה אינעווייניג...מחלל שם שמים געווען ווען מען האט גערופען דעם אייגענע רבי אין קאורט נישטא קיין גרעסערע ביזוי ת״ח.... אבער....!!!!!!!

מען האט געמעגט...... אלעס פארען רביןס כבוד!!!!!

סך הכל מען רעד דא פין א באנדע טערעריסטען, ליצים, ריקים, מחרחרי  ריב ,געלעבט דוכן פייניגען ערליכע אידען וואס גייען נישט מיט זייער מנהיג, 
אין דער היסטאריע זענען זיי נאכנישט געגאנגען צו קיין פראטעסטען נאר ווען זייער מנהיג איז געווען עומד בראש, אלעמאל געלאכט פין קנאים סך הכל געווען עפעס א דברי יואל , 
פליצלינג אויפגעשטאנען א רבינו הקדוש זי״ע אין זיי זענען גאר די קנאים אין די וואס טשעפענען מיט זיי ״ערליכע ״ אידען זענען די וואס ברענגען צרות!!!! אין זייער קהלה פאלען ליידער אינג אין אלט אבער דאס זענען מקרים...... 
מען דארף מקצר זיין אבער יראה הקהל והשפט... לאזט אייך נישט פארפירען פין די קליינע קינדער!!!!!

נ.ב זייט וויסען אז די ווארפערס פין די פאשקעווילען אקעגן די ראב״ד האבען גארנישט מיט סאטמאר זענען נטורי קרתא דעת יחידים מחרחרי ריב די זעלבע זענען אויך אקעגען די גאב״ד אין עדה החרדות אין זענען עתיד ליתן את הדין!!!! אדרבה רבינו שליט״א טרייעט צו מחזק זיין אין צוזאמהאלטען אזוי ביי די פרשה פין תולדות אהרן, אין ביי די פרשה פין קברים האט ער אן געטראגען צו אויס צאלען טויזענטער דולארען אז מען זאל זיך ארויסצוען פין גראבען אין נישט געקומען סתם אין געפענט  א מויל צו ביישמוצען אזוי ווי דער לוחם מלחמות מהר״א ודו״ק כי קיצרתי !!! תם ולא נשלם

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.