דפים

יום חמישי, 29 בספטמבר 2016

חשבון נפש בוילימסבורג בעקבות המעצרים אתמול


די ארעסטן היינט צופרי וואלט געברויכט טוישן דעם מהלך המחשבה פונעם המון עם.
ס'איז נישט קיין ספק אז די וועג ווי אזוי מיר זענען אויף געוואקסן איז, אז נישט דער איד וואס גנב'עט איז א רחמנות, נאר דער איד וואס מ'כאפט איז דער רחמנות.
מ'האט אונז אויף געצויגן מיט די מהלך המחשבה אז פוד סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן 8 קומט זיך אונז. ווען א אינגערמאן זעצט זיך אראפ מיט די ווייב מאכן א בודזשעט פארן חודש, זענען די פראגראמען לכתחילה א חלק פון זייער אינקאם, נישט קיין חילוק וויפיל ער פארדינט.
ווי אויך האט מען אונז אויף געצויגן מיט דעם עטיטוד, אז גנב'ענען פון א גוי איז בכלל נישט קיין עבירה. מאכן א פאלשע שארט סעיל און באגנב'ענען די באנק, הייסט גאר א געלונגענע סוחר. נישט נעמען פראגראמען פון די שטאט, איז ממש אן עבירה. די גאווערמענט האט דאך גענוג געלט!! ס'איז ממש א שאד נישט צו נעמען. ווי דען זאל דאס געלט גיין? צו אפאר שחורים?
והא ראי' אז דאס איז א לכתחילה ביי אונזער קרייז, ווייל אין די לעצטע פאר יאר האט מען שוין ארעסטירט צענדליגער אינגעלייט פון די שענסטע משפחות פאר פארשידענע מיני גניבות, אבער איר האט נאך נישט געהערט א קהילה אדער א רב וואס זאל פאר רופן אן אסיפה צו רעדן צום ציבור איבער דעם ענין. סך הכל מאכט מען פאנד רעיזערס צו העלפן די גנבים.
רבותי, וועקט אייך אויף פון דעם טיפן שלאף. מיר לעבן שוין לאנג נישט אין די כ' יארן. די קאמפיוטער האט געטוישט די גאנצע וועלט, און ס'איז צייט ס'זאל טוישן אונזער וועלט אויך. מ'קען מער נישט אנגיין מיט דעם קרומע מהלך וואס אונזערע עלטערן האבן אונז געלערנט. 
עס נעמט היינט א סקונדע פאר א מענטש צו טרעפן אלעס אויף א קאמפיוטער. יעדע LLC מיט וואס איר האט א שייכות, איז אוועילעבעל פאר די פובליק און א וודאי פאר די באהערדע. 
דורך די קאמפיוטער איז יעדע גאווערמענט אפיס קאנעקטעד איינס צום אנדערן. איר קענט נישט זאגן אויף איין פלאץ אז איר זענט אן עושר, און וויינען אויף די אנדערע פלאץ אז ברויכט וועלפעיר איבער צו לעבן דעם טאג.
איר קענט מיר נישט זאגן אויף אן אפליקאציע אז איר פארדינט א פערטל מיליאן טולער א יאר, ווען איר זאגט אין די פוד סטעמפס אפיס אז איר מאכט 150 טולער א וואך.
אלזא, אויב וועלן מיר זיך נישט נעמען אין די הענט אריין, און אויב וועלן די רבנים ווייטער איגנארירן דעם אישו, וועט ליידער פריט באהארא זיין דער וואס וועט אויף וועקן דעם עולם, און אנפילן דעם אויטעסוויל תפיסה מיט אחינו בני ישראל ר"ל.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.