דפים

יום שלישי, 29 בדצמבר 2015

מטמאים את המחנה והרבנים שותקים

מאת לונדונער

לעצנטס האט די ציבור זיך אויפגעוועקט און געהערט די באריכטן אויף וואטסאפ, טוויטער און בלאגס אז ס׳דרייט זיך און פרייטס זיך דא אין שטאט א ״פרומע״ חסידישע יונגערמאן וואס האלט אן א אפיציעלע פאזיציע דא אין געגנט. שוין אכט יאר וואס ער לויפט נאך און פייניגט פילע היימישע אשת איש און פאראומגליקליכט זיי דאס לעבן.
זיינע מעטאדען זענען צווישן אנדערע; ווארפט צעטלעך מיט זיין מאבייל נומער פאר מאמעס ווען ער פיקט אויף זיינע קינדער פון סקול.
שפאצירט נאך און אביוזד נשים וואס גייען און קומען פון מקווה ביינאכט.
שאפט מאבייל נאמבערס פון ווייבער און שיקט מעסעדזשעס מיט קאמפלימענטען וכד׳ און דערנאך סטראשעט ער אויסצוזאגען דעם מאן אז סגעווען א שייכות כדי צו צווינגען דעם פרוי אפצוטון דעם ערגסטע רח״ל. 
אין געוויסע פעלער האט ער אריינגעקלאפט אינדערהיים ווען דער מאן איז נישט אין שטוב און געפייניגט תמימותדיגע חתונה געהאטע פרויען אויף א געפערליכע אופן מיט פיל רשעות. 
אויב דעיס איז נישט גענוג האט ער א פאזיציע אין א פאבליק אמט וואס דערמיט באנוצט ער זיך כדי צו טרעפן און ״העלפן״ פרויען און אזוי אפטון מעשים מגונים. 
ער גייט אזוי אן פאר יארן און דאס האט זיך נאך נישט 
אפגעשטעלט.
די דאזיגע רבנים ווייסען פון אלע פרטים: רב פדווא, ר יוסף בנימין וואזנער, ר מאיר מארקאוויטש, ר שמעי׳ לעוו און די אנדערע ביי וועד לט׳ המחנה.
דער עוולות און הימלגעשריי אויף די רבנים און עסקנים 
אינוואללווד איז אין לשער! במשך די יארן האבן זיי נישט נאר גארנישט געטון אים צו איינצוימען און פראטעקטען אונזערע פרויען נאר אויך צוגעהאלפען אז ער זאל אנגיין אומגעשטערט. ווי פאלגענד:

1. זיי האבן בשום אין אופן נישט צוגעלאזט די פרויען צו רעפארטן די אביוז צו די פאליס.
2. נישט אפגעהאלטן דעם חזיר צו ווייטער אביוזען פרויען און נישט פאזיכערט אז די ציבור זאל וויסן זיך צו אפהיטן.
3. נישט אפגעהאלטן אים צו ווערן ערוויילט צום צווייטן מאל און ניטאמאל מודיע געווען פאר די אנדערע היימישע קאונסילערס און נאר אזוי האט ער געקענט אנקומען צו א פאזיציע פון טראסט ביים ציבור ה״י.
4. ביים חנוכת הבית פונעם נייע סאטמאר חדר איז ער אויסגערופען און מכובד געווארן ברבים בנוכחת די אויבנדערמאנטע רבנים. 
5. זיינע קינדער זענען מסודר אין די סאטמאר סקול אן קיין שום שטער (אפילו ער איז נישט קיין סאטמערע) בו בזמן דיזע מיטן נישט ריכטיגען מאבייל גייען דורך שבעה מדורי גיהנום.
6. נישט צוגעלאזט קיינעם צו טשעפען מיט דעם פארשוין מיטן אויסרייד אז סקען פארשעמען זיין משפחה. 

פאר די אויבנדערמאנטע רבנים זאגן מיר אוי לכם מיום הדין ומיום התוכחה! איר האט אן אחריות אין די צענדליגע אידישע  שטיבער וואס ער איז מטמא. מיר האבן איצט אלע געזעהן אז איר ווייסט גאר גוט וויאזוי צו דערגיין און פארפלאגן די יארן פאר א איד וואס האט קיינעם געטשעפעט נאר אולי געזינדיגט, ביי יענעם איז זיין משפחה נישט קיין אישו.
דא פארפירט איר אויף מאביילס און אינטערנעט, אויב איינע שטעלט זיך נישט צו דער תקנות איז מען הארב מעניש. און דא לאזטס איר נואפים און מאנסים אנצוגיין אינטער אייער השגחה. 
וואס איז דא אייער פראבלעם, זנות מיט ניאוף? אדער דעים אינטערנעט ווי מקען אויפדעקן אייערע פארבארגענע מעשים?!. 

דער ציבור איז נישט אינגאנצן פארנארט, אז מען לאזט אזא שעדליכע פארשוין פארשמוציגען אונזערע ווייבער אן קיין שום שטער מיינט מען דא נישט אונזער טובה. דער ציל אייערע איז צו באשיצן חזירים און מנוולים אז מזאל חלילה נישט מודיע זיין די אויטאריטעטן און אזוי פארלירן אייער קאנטראל אויפן ציבור. 
מדארף דעם וועד א נאמען געבן ״וועד לטמא המחנה״.  

סזאל יעדער אנווארענען אין שטוב נישט זיך פארלאזען אויף קיין וועד אדער קיינעם. סדרייען זיך דא פראנק און פריי געמיינע באשיצטע פארשוינען און אפילו מגייט מיט א לאנגע רעקל, בארד פיאות און גארטל און פארקויפט ״תשמישי קדושה״ זאל מען אוועקשטיין ווייט און אויב טשעפעט ער א פרוי אים רעפארטן תיכף צו פאליס.
 און פאר דעם נידעריגן שמוציגען יונג זאגן מיר, דו רשע מרושע, מהאט פון דיר נישט פארגעסן, אונזערע פרויען זענען נישט הפקר! סקען נעמען יארן אבער פארן טאטשן און וויי טון בנות ישראל צאלט מען א טייערען פרייז. דיין ״שלום בית״ איז נישט וויכטיגער פון די צענדליגע משפחות וואס די האסט צובראכען און קיינער וועט דיר דא מער נישט פראטעקטען, יש דין ויש דיין!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.