דפים

יום שני, 30 במרץ 2015

4 קושיות של האדמו"ר האהרוני מסאטמאר

מאת סאטמארער

מהר״א מסאטמאר האט היינט ביי די דרשה געזאגט די פיר קשיות וואס א קינד פרעגט זיין טאטע
די ערשטע קשיא איז, טאטי פארוואס האסטו א סמארט פאון? וועסטו וועלן ענטפערן אז דו דארפסט עס פאר ביזנעס? טאטי איך ווייס דיך יא מיט וואס דו ביסט פארנומען דערמיט.
די צווייטע קשיא איז, טאטי פארוואס האט מאמי א סמארטפאון?
די דריטע קשיא איז, טאטי פארוואס האסטו נישט קיין פילטער?
די פערטע קשיא איז, טאטי פארוואס האסטו נישט קיין געדילד צו מיר, צו מיין ברודער, צו מיין שוועסטער, צו מאמי, נאר דו זאגסט מאך מיר נישט משוגע יעצט???
די תירץ אויף די פיר קשיות איז, עבדים היינו לפרעה במצרים, אינז זעמיר קנעכט פאר דעם יצר הרע, אינז זעמיר נישט בעה"ב אויף זיך..

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.