דפים

יום שלישי, 1 ביולי 2014

וואויל איז דער דור וואס האט אזעלכע צדיקים

כ"ק ממישקאלץ האט פארגלייזט די אויגן, די געהויבענע חסידים האבן גראד געקענט אנמערקן אז דער ציס"ע דרימלט שוין גארנישט, די געקליבענע בני עלי' האבן באלד געזען א דין וואלקנדל ארום דעם רשכבה"ג.
א פחד האט באטראפן די חסידים ווען פלוצים האט דער צדיק געגעבן א ציטער, א שווייס האט באגאסן אלע חסידים ווען זיי האבן געכאפט אז זיי האבן אקארשט געזען רבם ומאורם אראפקומענדיג פון תחת כנפי השכינה, גענוי ווי משה רבנו.
מ'האט געקענט הערן א פליג דורכפליען ווען דער הייליגער מישקאלצער האט אנגעהויבן צו פארציילן וואס ער האט איצט בייגעוואינט בשמי מעל.
"ברוך השם" האט דער רבי שליט"א דער עניו מכל אדם אנגעהויבן, ווען א שנירל טרערן רינט אריין אין די יוך וואס מחברתו הטהורה האט צוגעגרישט, "די בחורים לעבן ב"ה".
ספאנטאן האבן זיך די חסידים ארויסגעלאזט אין א פרייליכע רקידה, ווען דער רבי שליט"א וואו אן איבערגעגעבענער פאסטעך פאטשט מיט די הענט.
ויניעו אמת הסיפים ווען דער גדול הדור האט זיך אפגעשטעלט צו טאנצן מיט בניו הטהורים.
ווי פאסנד האט די וועלט בארימטע מישקאלצער קאפעלע געזינגען דער רעבּע זאל לעבן וועט אונז פירן אנקעגן משיח צדקנו.
אשרנו ומה טוב חלקנו אז אונז קער מיר זיך אן צו אזא בן בית אין הימל.
אשרי העם שככה לו

תגובה 1:

  1. דאס איז א צדיק? וואס מיינט ער דער אויסווארף מיטן קולירטן קאפן, אז דער עולם איז צעדרייט? חסר דעה? איך וואלט אים אויסגעפליקט די בארד. א רוח אין זיין טאטנס טאטן אריין.

    השבמחק

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.