דפים

יום חמישי, 12 במאי 2016

מענדלי של אהרן חוגג יום העצמאות ובקי בציונים וציונות איצי טווערסקי בור ועם הארץ בציונות הוא בקי בטשערנאביל - מבחן אצל הסבא מויזניץ

מאת וויזניצער

ס'געווען מוצאי פסח, מיט יארן צוריק, ווען דער ישועות משה מ'וויזניץ האט אמאל געמאכט א מסיבת פרידה פאר זיינע קליינע אייניקלעך וואס זענען געווען ביי עהם אויף פסח. דרייעט ער זיך אויס צו מענדעלע טייטלבוים, זאג נאר מענדעלע, ביסט טאקע נאך קליין, אבער אפילו א קליין קינד דארף דאס שוין וויסן. וועלכע היסטארישע זאך קומט יעדעס יאר נאכאמאל, יעצט אין די רייע?? וואס הייסט וואס? שרייעט אויס מענדעלע אין איין אטעם, דעם טמא'נע טאג היי אייר ווען די פושעים האבן אויפגעשטעלט דעם טמא'נעם ציוניזעם. ווער איז דאס דער פושע וואס הייסט ווער, בן גריון און הרצל, און בן יהודה און כצנלסון. ווער זענען זיי געווען. ווער פרעגט דער זיידע? ווער ווייסט דאס נישט ביי אונז? פושעים, ליידאקעס, פוקרים, אלע מיני עבירות האבן זיי אפגעטון, איך קען דעם זיידן אלעס פארציילן. אזוי מענדעלע? און ווער איז דאס געווען דער בעל שם אממממ.. עפעס קלונגט א בעל אין קאפ... כ'האב שוין פארגעסן.. דער ישועת משה דרייעט זיך אויס צום אנדערן זייט, און פרעגט איציקל טווערסקי. זאג נאר איצי, ווער האט געמאכט דעם מדינה? כ'ווייס נישט. האסטו געוואוסט אז הרצל ימ''ש האט געהאט אין ציל צו מאכן דא פרייע לאנד? נישט געוואוסט, איך ווייס אז ס'איז א הייליגע לאנד, און די גרעסטע פון כלל ישראל האבן דא געדינט דעם אייבירשטן די לעצטע טויזענטע יארן. אבער ביי ענק אין סקווער דערמאנט מען אמאל וועגן דעם מדינה, וועגן ה' אייר? דער זעידע מיינט אוודאי כ' אייר די הילולא פונעם הייליגן מגיד פון טשערנאביל? איי איי ווער איז דאס געווען דער מגיד פון טשערנאביל? וואס הייסט ווער? דער ממשיך פונעם הייליגן לעכטיגער דרך פונעם בעל שם! וואספארא פראגע זיידע? אוי מענדעלע, וואס נאך לערנט מען ביי איך אין חדר אז איבריס איז טמא, אגידע איז אפיקורסעס, דאס גאנצע מצב היינט איז שוואכע יודען. איציקל מיינס, וואס לערנט מען עפעס נאך ביי אייך אין חדר אז די לעכטיגקייט פונעם בעל שם, וועט אייביג שיינען אין די נשמה פון דער וואס האט אמונת צדיקים, די תורה איז אונזער לעבן, און אלעס אנדערש איז איבריג.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.