רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 17 ביוני 2018

בן האדמו"ר מרחמסטריווקא תובע שאף חסיד סקווירא לא יגור במרחק של מייל מביתו בבורו פארק

דאס איז א בריוו פון הארץ צו הארץ צו אלע סקווירא ברודערס. בנוגע מיין דירה און אירע גבולות.

מיין טאטע זז״ג האט מיר געבויעט א דירה אין בארא פארק מיט בלוט און שווייס פאר 20 יאר צוריק. מיט מסירות נפש. אריינגעלייגט דמי״ם תרתי משמע. כדי איך זאל האבן א דירה ווייט אוועק פון סקווירא מענטשען. מיט די צייט האב איך גענומען אן איידעם פון סקווירא וואס האט איבערגעלאזט אלע גוטע זאכן וואס סקווירא פארקויפט אלעס מיט איין מטרה נישט צו וואוינען לעבן סקווירא מענטשען.

מיין טאטע האט געבויעט מיין דירה א ״יש מאין״ סהאט געקאסט אסאך געלט ״בימים ההם״.

ס׳איבריג צוארויסברענגען אז מיין טאטע האט מיט דעם חלילה גארנישט געהאט קיין שלעכטע כוונות קעגן סקווירא. אדרבה איך האב זייער ליעב סקווירא והא ראי׳ איך גיי צו סקווירא ווען איך האב דארט א שמחה.

אויך ווייסט יעדער אז מיין טאטע זז״ג האט זייער געארבעט אויף אחוה שלום וריעות צווישען אונז און סקווירא. און ווער עס קען מיר ווייסט אז איך גריס סקווירא ווען איך טרעף זיי אויפן גאס.

אויך האב איך זיך קיינמאל נישט גרויס געהאלטען אז מיין טאטע האט מיר געבויעט א שיינע גרויסע הויז. איך זאג אייביג יעדער זאל זיך בויען א שיינע גרויסע הויז.

אבער בנוגע ״מיין הויז״ האט מיין טאטע זז״ג אייביג געוואלט אז איך זאל וואוינען אליינס ווי א פריץ אין מיין שיינע גרויסע הויז ווייט אוועק פון סקווירא. ״אן אייגן הויז״. על דעת דעם האט ער געבויעט מיין הויז. כדי איך זאל קענען אויפשטעלן דורות אן די השפעה פון סקווירא.

מיט די יארן האבן סקווירא זיך באזעצט אין בארא פארק מער און מער ב״ה. צו מיין גרויס פרייד. אבער וועגן די קיום פון ״מיין הויז״ שפיר איך פאר וויכטיג צו בעטן און מעורר זיין די סקווירא. אז אויב סקווירא מענטשען וועלן קומען וואוינען נאנט צו מיין הויז קען דאס גורם זיין צו שטערן די ״גאנצע תכלית פון בויען מיין הויז״ כנזכר לעיל. דאס איז נישט קיין פרט. נאר די גאנצע יסוד פון מיין הויז ממש. אן די גדר ווערט נהרס ממש עיקר יסוד פון ״מיין הויז״ ח״ו.

וועגן דעם בעט איך זייער מיינע סקווירא ברודער נישט צו קויפען הייזער אדער בנינים ביז א "מייל" אוועק ארום מיין הויז. אפילו נישט איינער וואס האט סקווירא קרובים. נישט אריינמופן. נישט קויפען. נישט דינגען. אויך נישט אריינברענגען סקווירא געסט. איך קום נישט מיט א תביעה נאר מיט א בקשה מעומק הלב.

איך בין זיכער אז קיינער וועט נישט וועלן האבן א חלק אין מצער זיין מיין טאטע ח״ו. נאר מען זאל פרובירען מיר צו העלפן און משפיע זיין אויף אנדערע צו ממלא זיי מיין טאטעס רצון בשלימות.

בברכת גמר חתימה טובה.

** ** טווערסקי
בן אאמו״ר אדמו״ר מראחמסטריווקא

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.