רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 23 במאי 2018

שמונה מי יודע

איך טוה שוינען מאנכע רבי'ס און רבי'ליך וועלכע צורעדן זיך ברייט און סטראשען די פויגל  מיט'ן השגחה שלטון און ממשלה וואס זיי גיין האבן פון אונטערן מצבה בעלמא דקשוט.. און ס'איז מיר פשוט נישט בלויז דאס זיי גייען נישט זיין דארט חשוב'ער און מעכטיגער ווי אלע , זיי זענען נעביך אויך נישט מער ווי מאגלאמאנישע בעלי דמיונות (אדער געמיינע קרוק'ס) בחיים חיותם צווישן אונז בעולם הזה און איך וואונש זיי אלע רבי איצחיק'ס ברכה פון: א גאנצע רפואה אויפ'ן קאפ..
און אויב איינער וועט אויף מיר מקשה זיין פון סיפורי צדיקים, וועל איך איהם ענטפערן פון די גמרא אין ברכות און איהם פרעגן: ווער איז געוועזן דא גרעסער זינט רבי יוחנן בן זכאי?!
אמת, יענער רבי יוחנן האט נישט געהייסן טווערסקי און אויך נישט געהאט אין זיך ניטאמאל א רביעית פון די רוז'ינער-מלכות בלוט. אבער דאך.. הכל מודים דאס רבי יוחנן בן זכאי  איז געוועזן א נישקשה'דיגער גרוסער רבי (פון מיליאנען..) און ער האט געהאט זכותים אין קיום התוה''ק פון יעדן איינציגן פון אונז עד סוף כל הדורות.. און דער גמרא דערציילט אונז דאס דער הייליגער תנא איז גאר פארצווייפלט געוועזן  ווען סאיז געקומען צו פארלאזן די וועלט און זיך שטעלן פאר תמים דעות ממ''ה הקב''ה. ווי די גמרא דערציילט דאס ער איז גאר נישט זיכער געוועזן "באיזה דרך מוליכין אותי.."
דער גמרא מאכט דארט גאנץ קלאר און פשוט דאס ס'איז נישט געוועזן עפעס א צדיק'ס ענווה-אטאק נאר גאר גאר א ראציאנאלאר הסתכלות פון איינעם וועלכער האט ערנסט בעטראכטעט די מענשליכע באגרעניצונגען און פאר וועם ער גייט זיך שטעלן לאחר מאה ועשרים כי לא מחשבותי מחשבותיכם..
און יעצט דא האבן מיר א פתשגן הכתב בעצם חתימת יד קדשם פון אכט פריש געבאקענע אדמו''רים ברודער, צווישן וועלכע האט זיך נישט געמאכט קיין איין איינציגער בר דעת ויודע ספר צו פארשטיין נישט צו פובלישן זייער פאטער'ס יענטעוואטע שטראשונקעס פון "נישט מוחל בזה ובבא.." ובפרט בעסקי נערוון שטות והבל..
אמת, אדאנק צו שלטון האדמו''רים איבער'ן חינוך האבן מיר בלעה''ר יאלדעוואטע טפשים קונה הכל'ס מער פון וואס ס'קומט אונז על פי דין. אבער ס'איז דאך אביסל לואו-קלאס. מיר זענען דאך מער נישט די גאוני הזמן פון דער רעגאט און וואלאחאיי..
ביטע פון אייך חשוב'ע אדמו''רים לאזט שוין אפ (אויב ס'איז נאר מעגליך) מיט די באבקעס..
אדם פשוט

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.