רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 22 במאי 2018

א חסיד'ישער איד האט זיין שפראך און מאנעריזים

וואס זאל איך טוהן, איך בין עפעס נישט מצליח צו אנטוויקלען א געשמאק פאר ישראל אייכלר דעם בעלזער'ס פארשטייער אינ'ם כנסת..
די בארד און שפראנג'ינע פיאות אויפ'ן דאזיגער פארשוין מיט די קאלטע אויגן זעהן מיר עפעס נישט אינגאנצן נאטורליך און ווען ער עפנט שוין דאס מויל ווערט טאקע נישט גוט אויפ'ן הארצ'ן, ער פיסקעוועט ווי א נאפוליאונצ'יק פון די תחנה המרכזית.. ס'איז מיר א ספק צו מען האט איהם אמאל מסבר געווען דאס דער אלגעמיין (כולל מיך) זעהט אין איהם א שתדלן  וועלכער רעפרעזענטירט א מחנה פון הכנעה'דיגע פאלגזאמע קלאסישע ארימע חסידים, דלות עניות ואביונות פער עקסלאנס..  יא, יענע שייפאלאך מיינען טאקע ווייניג און דער מחותן איז בעיקר דער 'ספאקסמען' און נעגשייטער פאר א רבי'ש הויף מיט היבש-געשוואלענעם אגו..  אבער דאך.. דו רעפרעזענטירסט חסידים און חסידות לעיני כל ישראל און ס'האט נישט קיין טעם.. 
ולגופו של סיפור ווען ער ער שרייט אויפ'ן אלעזר שטרן פון יש עתיד: ג'ו בוי מוסר מלשין.. פארגעסט ער דאס ער זעלבסט מיט די האר איבעער'ן פרצוף איז גאר דער פאן-גראף א שותף אין די ממשלה צו וועלכער יענער איז כלומר'שט א 'מלשין'..  וויפיל זאכן קען מען גלייכצייטיג זיין?!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.