רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 25 במאי 2018

האהרונים מתכנסים באיצטדיון התועבה 'נעסאוי קאליסיום' יחד עם מופע שחץ אחר בו זמנית


מאת סאטמארי


זיי האבן ענדליך געטראפן א קליינער זאל ווי צו מאכן זייער משה שטערנבוך כבוד אסיפה. אין נעסאוי קאליסיום וואס איז פיל קלענער ווי סיי וועלכער זאל זיי האבן זיך נאר צוזאמגעקומען. ווי למשל כ''א כסליו מאכן זיי אין די ארמארי אבער דארטן רעדט ער בלויז איבער דעם נס הצלה פון זיין פעטער דער דברי יואל אבער דא גייט ער רעדן קעגן ציונים לייען סיקריקים אויף פייער און וואסער קעגן זיין ברודער זאלי און קעגן דעם גר ר' שמואל אויערבאך און אויף וועמען נישט. מילא שעמען זיי זיך ביטער און וועלן זיך נישט באטייליגן.


זיי ווילן נישט זעהן זייערע פנימער אויף די בילדער און בלאט און אלע איזראעלי ציוניסטישע סייטס וויאזוי זיי מאכן די גרימאסן און פאקסן ווען זייער פיוערער וועט זיך עפענען דאס סוער פיסקל זיינער. זיי חסידים שוטים ווילן נישט ווערן עדות פאר די גארער וועלט וויאזוי דער ארוני גייט זיך אראפציען די הויזן דארטן, זיי ליגט נאך אין די ביינער וויאזוי זיי האבן געדארפט פארענטפערן זיך און זייער גאנצער עבודה זרה ווען דער האט באשמוצט זיין אייגן פעטער ר' מאטעלע וויזיניצער ז"ל, און דער זקן הדור דאס עלטסטער חסידישער גאון און צדיק דער קאשוי רב זצוק"ל, ווען ער האט געברויכט אביסעלע אטענשען. - גאנץ לעצטענס ווען ער האט אנגערופן דעם גרויסן גאון פון ארצה"ק רבי שמואל אויערבאך זצ"ל אלץ א גר וואס זיין קנאות איז ווי א ספחת עפ"ל.

נעסאוי קאלעסיום איז גאר קליין מענדעלע אמסטערדאמער האט דארטן חתונה געהאט א דרייסיג יאר צוריק ווען סאטמאר איז נאך געווען איינס. און איצטערט ווען די ארוניס האבן זיך אפגעטיילט פון סאטמאר אלץ אן אייגן חסידות אלעס ווייל זיי האבן נישט פארגינען דעם אינגערן ברודער ר' זלמן לייב צו האבן א שטעלע אין וויליאמסבורג זענען זיי געצווינגן צוריק צו גיין א דרייסיג יאר און סייז פון זייער עולם נעבעך. די ארונים זענען דראסטיש רעדוצירט אין זייער עולם גולם נעבעך, אז זיי מוזן נעמען אז קליין פלאץ פאר זייער'ס א צוזאמקום וואס זיי זאגן אז דאס איז היסטאריש, כדי צו קענען אנפילן א זאל.

זעענדיג אז בשנת תשע"ח קען שוין ליידער די קהילה נישט צוזאמענברענגען אזויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן אויף צו קענען אנפילן די ארמארי געביידע, איז די קהילה געווען געצווינגען ארויסצודונגען דעם קלענערן "נעסאו קאליסעאום" פאר דעם "כינוס כללי", וואו עס קען אריין בלויז קנאפע עטליכע טויזענט זיצן. און אפילו דאס גייען זיי אויך נישט נעמען נאר א קליין טייל, ווייל עס האט א שוי יענער דאטום.

זעהט דא

דער שוי וואס גייט דארטן פארקומען יענעם טאג כ' סיוון ולמספורם זשון 3 איז זייער מיאוס רח"ל זיי גייען מכשיל זיין זייער איגענט מיט נאקעטע נקיבות מוזיק און טענץ אין זעלבן סטעדיום.


אין ארמארי קענען זיי פאפן דעם עולם מיט געמאכט פאטא-שאפ בילדער כאילו זיי האבן א גרויס עולם דא וועט אבער אלעס זיין דידזשיטאליזירט און מ'וועט קענען זעהן פונקטלעך וויפול באטייליגטע האבן זיך ארויסגעשלעפט צו זיי פון מאנדרוי קיין לאנג איילענד.

זיי האבן געשלעפט נעבעך דעם אלטן איד הרב שטערנבוך וואס האט גארניקסט מיט די סאטמערע שיטה איינגעלייגט אדרבה ער לערנט פאר זיינע שיעורים אויף עברית און האסט ערליכע אידן אין ירושלים עיה"ק זינט די בית שמש קברים גראבונגען פראטעסטן קעגן זייין היתר. אבער זעהט אויס כלל ישראל שמעקט בעסער אז דאס גאנצער כינוס איז אויסגעשטעלט קעגן דעם בארקלי סענטער כינוס פון זיין קליינטשיגער ברודערקע וואס האט אנגעפילט 18 טויזענט זיצן קעגן דעם גזירת הגיוס וואס דער ארוני האט געשריגן בשעתו אז דאס איז נישט קיין גזירה בכלל און ער קען אויפטאן מער מיט זיין קירוב משפחתי זייענדיג א וויזיניצער איידעם.

דער ארוני האט באשמוצט זיין ברודער זאלי אז ספרדים רעדן לשון קודש ביי די בארקלי און אנדערע אסיפות נגד הציונים לפרסם השיטה של בעל הויואל משה פאר אחינו הספרדים, אבער דער אשכנתזי שטערנבוך קען דאך יא אידיש פארוואס רעדט ער עברית כסדר?

אפילו פאפא רב וועמען ער האט אנגערופן א קלוגער אידל ווען יענער האט געזאגט אז דאס איז אן ארץ ישראלדיגע פראבלעם מילא וויל ער זיך נישט באטייליגן אין בארקלי סענטער צוזאמען מיטן מונקאטשער און פשעווארסקע און אלע אנדערע גרויסע רעבעס מיט די ליטווישע אמעריקאנע גדולים, - וועט זיך נישט באווייזן אין נעסאו קאליסיום. ווייל ציונות פאר אהרן טייטלבוים קען דאך אויך געלייזט ווערן דורך אהרן'ס שוואגערס די בעלזער און מענדעלע האגער

באבוד רשעים רינה. נישט אהרן און נישט ביבי רעדן אין אונזער נאמען. ארונים מיט ציונים זאלן זיך ווייטער שלאגן פאר אטענשען פון די ציוניסטישע מידיע אטענשען

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.