רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 13 במרץ 2018

מיינע שטיף ברידער די לונדון'ער סאטמאר'ער אורבאך'יסטן (נעביך)

מען דערציילט דאס ווען א מלמד האט פארגעלערנט דעם פסוק 'כי השחית כל בשר..' און א אינגל האט איבערגעפרעגט: וואס מיינט רש''י מיט'ן נזקקין לשאינן מינן.. האט דער רבה נעביך גענומען די בארד אין האנט געטראכט און געטראכט ביז ער האט פותר געווען דאס נזקקין לשאינן מינן מוז מיינען דאס פיצקאלעך וואנצן האבן חתונה געהאט מיט ריזיגע עלעפאנטן..  
און אויב דאזיגער שידוך איז אביסל מאדנע וואס זאל מען זאגן ווען מען זעהט אן עקזאטישער פויגל (דערעצ'קע-קאוונע געשוואלענער גאאדל)  ווי אשר דויטש ווערט אהער געפלויגן ביי די סאטמוירים מספיד זיין נישט קיין אנדערן ווי ר' שמואל אויערבאך ע''ה.. און די יאלדעוואטע נייע דור פון נגידים זיצן און הערן נעביך צו צו דעם מושב בדחילו.. חא חא חא.. נאט אייך שלעכטע דערערד ליגערס!! דער זיסער קלוגיצ'קער גאון רבי נתן יוסף ע''ה האט נישט געקענט באפרידיגט אייער דקה מן הדקה סטענדארס און איר האט איהם הארצלאז פארטריבן און דא טאנצט איר מיט בני-ברק'ער צ'עקערט גאאדל באפון'ס.. נו נו, האט נחת איינער פון אנדערן און ס'זאל אייך טאקע וואויל באקומען..  
און אויב מען רעדט שוין, וואס ווייסט איר וועגן דעם חשוב'ן 'נספד' וועם איר טוהט אזוי ביטער שטארק באוויינען, חוץ פונ'ם פאקט דאס ער איז געווען א אבן נגף פאר די ליטווישע אגודיסטן? איר ווייסט נעביך גארנישט גאר גארנישט!! נישט ווייל איר קענט נישט וויסן נאר ווייל איר ווילט נישט וויסן.. דא בין איך וואך און פרייליך וואס איך בין געזעצן א זמן אין ר' שמואל'ס שיעור אין אמשינוב און פארברענגט מיט איהם היבש זינט תשכ''ג.. קיין איינער פון אייך האט זיך נישט ערקונדיגט, ווייל ס'איז אייך נישט קיין נפקא מינה.. פארוואס? אייער פאק פון טפשים ווילט נעביך זיין אינטערנאציאנאל רעלעוואנט בשעת איר קענט נאך נישט ריכטיג דערהייבן אייער אייגענע הויזן..
טאקע ווי דער ליכטיגער אגודיסטישער סאטמארער רבי בן ציון בלוי ע''ה פלעגט זאגן  דתן ואבירם הייסט: ווען מען וויל דאס'ן אבער מען וויסט נעביך נישט ווי ארום..

ג'אקס אפארט, ווי איז מיין אלטן קאפ זעהענדיג אייער פרישע מחותנים, וואס וואלט ר' געצל געזאגט?! וואס וואלט ר' שלום געזאגט?! מיט וואס פאר א ווילדער געלעכטער וואלט זיך גדליה אסטרייכער געקאצ'עט?!

א לאנדאנער פשוטער איד

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.