רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 18 במרץ 2018

הרב רייכברג תובע לשקם את הציון בליזענסק לאחר השריפה





ווי באקאנט האט א העליש פייער אינעם אוהל הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, וואס איז געשאפן געווארן דורך די פילע טויזנטער ליכט וואס זענען דארט געצינדן געווארן ביומא דהילולא קדישא כ"א אדר, האט פאריגן דאנערשטאג ערנסט געשעדיגט דעם אוהל - אין צוגאב צו ארומיגע גרויסע שאדנס פון פארניכטעטע געצעלטן און איינריכטונגען. עס האט אבער ב"ה נישט געטראפן קיין נפשות.
הרב מאיר רייכבערג הי"ו, זון פונעם אומפארגעסליכן מציל בתי חיים ובונה אהלי צדיקים בפוילן הרב ר' מענדל רייכבערג זצ"ל, האט זיך ווי פארשטענדליך געפינען אין פוילן, לרגל ההילולא, און איז באלד אלארמירט געוווארן אריבערצוקומען און זיך אפגעבן מיט'ן צוריקשטעלן דעם מקום קדוש על מכונו.
הרב מענדל רייכבערג ז"ל האט געהאט די זכי' אוועקצושטעלן דעם איצטיגן פארגרעסעטן אוהל אויפ'ן ארט פון דעם קליינעם אוהל וואס איז געבויט געווארן נאך די מלחמה און האט באקומען דאס "בעלות" פון די צענטראלע קהלה אין ווארשא.
א ספעיציעלע בריוו צו הרב מאיר רייכבערג הי"ו פון ועד הקהלות הקדושות בפולין אונטער געשריבען פון דעם הויפט רב אין פוילן הרב מרדכי שודריך שליט"א וואס באאויפראגט משפחת רייכבערג זיך אפגעבען מיט צוריקשטעלן און רענאווירן דעם אוהל.
 
בילדער
 
הרב מאיר רייכבערג הי"ו באטראכט די שאדנס בקודש פנימה
 
ביים באטראכטן די שאדנס אינדרויסן פונעם אוהל

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.