רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 18 במרץ 2018

תרם לי 12 דולר

מאנכע וויליאמסבורגער לעזערס פון די פאלגענדע שורות מוזן נאך געדנקען דעם רויטן יונגן חתן מיט'ן שטאפענעם פוילישער קאפילוש וועלכער איז הערומגעגאנגען אין די שוהלן און די ישיבות מיט די המלצה פונ'ם שאפראן'ער רב צו זאמלען געלט אויף זיך צו חתונה מאכן, אזאך וואס איז נאך געוועזן א ווילדער חידוש בימים ההם. מורי ורבותי אני יוסף, איך בין דער דאזיגער גליקליכער חתן אני הוא ולא אחר וועם מען האט באגלייט אינ'ם הייליגן וויליאמסבורג מיט הונדערטע אפענע קעלבענע אויגן ווי עייר באמעלקט דעם סאטמאר'ער חסד און זשאומט העריין ריזיגע געלטער.. (נאטורליך דער אמת איז אייביג 'אביסל' אפגערוקט פונ'ם המון, נישט די געלט איז געוועזן אזוי ריזיג נאר די השפלות חרפות ובזיונות זענען געוועזן קאלאסאל און איבער גענוג כדי צו צו שיקן א דורכשניטליכן יונגערמאן אין נארן הויז העריין, און בפועל דער נעקסטער ירושלים'ר חתן ווער ס'האט מיר נעביך נאכגעמאכט האט טאקע דארט גענדיגט.. און באשר צו די 'הויפן דאלארן' איך בין צוריקגעפלויגן נאך דריי מאנאט גהינום ועבודת הפרך אין די ביטערע קעלטן בלויז מיט צוויי דריטל פון די צמצום שבצמצום'דיגע הצטרכות, למשל מיין חתונה שטייגער אין בית-לפליטות וואלט היינט נישט באטראפן הכל בכל קיין גאנצע טויזנט ענגלישע פונט'ן, מיין דירה איז געווען א שליסל געלט פייכטע נאסע דירה פון וואו מיר זענען געלאפן כל עוד בו נשמתו קיין לאנדאן אינ'ם ערשטן געלעגנהייט.)  ס'האט מיר געדויערט יארן ביז איך בין אינגאנצן איבערגעקומען די טראמע פון פארן אויף א ישועה צו רבי יואליש זי''ע.. אבער איך בין דאס איבערגעקומען אלס א וועלט קלאס עקספערט באין כמעט בדומה לו אינ'ם טעמע פונ'ם היימישן מידת החסד והרחמים..  
יעצט ווען אזויפיהל אויגן זענען נאך פייכט נאך די הסתלקות פונ'ם גרויסן הייליגן רבי מאטאלע פון וויז'ניץ וויל איך דערציילן בתורת עדות וויאזוי דער דאזיגער צדיק הדור האט מיר דאן מהנה געוועזן.
איך געדענק נאך זיינע דיקע טונקעלע פארגרעסער ברילן וועלכע האבן געשוועבט איבער די גלאטע פרישע גמרא בלעטער אין פראנט אויף איהם, און איך דער ניינצן יעריגער אינגל האב נאך נישט אינגאנצן אויסגעמומבלט מיין פיטש און דער צאדיק האט מיר שוין דער רבי אפגעשריבן או צוגעשארט א טשעק אויף צוועלף דאלארן Twelve  Dollars US Only בעצם כתב ידו און באין אומר ודברים האט ער מיר געגיבן צו פערשטיין דאס רצון קדשו איז איך זאל זיך זאפארט הערויסבלאזן ממחיצתו או וויס'פארשטייט זיך רצון יראיו יעשה זצי''ע ועכי''א זצוקללללה ואינשאללה וכדו'.. 
יארן שפעטער בין איך געזעצן אויף א פארלאר-מיטיטינג לכבוד רבי מאטאלע וויז'ניצער אין לאס-אנז'עלעס איך האב איהם געזעהן קאמיוניקייטן און ג'הערט רעדן און ער האט אויף מיר געמאכט נעביך גאר גאר א פלאכן רושם.  

אבער און דער גרויסער אבער איז , דאס: דען און עד עצם היום הזה געפין איך די מאנסי וויז'ניצערס צו זיין אויף עפעס א פיינערער, זיסערער מאטריאל, או דאס קען זיין בזכות זייער רבי'ס מעלות און אויך צוליב זיינע אמאציאנאלע און אינטעלעטואלע באגרעניצונגען. ווער ווייסט..

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.