רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 24 בנובמבר 2017

מכות רצח בבאבוב 48

מאת באבווער

עס איז ווידער געגאנגען מכות אין 48, סתם אזוי ווען 45 חברה כאפן מכות איז עס דאך בכלל נישט קיין שום נייעס, דאס מאל האט אבער אן אייגענער 48'ער זוכה געוועהן צו די שלעק
די מעשה געוועהן אזוי, די 48 רב'ס הויז בחור נתן מנחם בארנפריינד איז צוגעגאנגען צו א 45 יונגערמאן פון לעיקוואוד וואס האט דארט געדאווענט מנחה, אז ער זאל זאפארט ארויסגיין, יענער האט זיך נישט צוטוהן געמאכט. בארנפריינד האט געשריגן און געסטראשעט מער און מער ביז דער יונגערמאן וואס איז א געבויטער האט געזאגט בארנפריינד, לאמיך זעה רור מיך אהן.
בארנפריינד האט געזעהן אז מיט שלעק וועט ער נאר דערלייגן, האט ער זיך גענומען שרייען בקולי קולות אז יענער זאל ארויסגיין, איז צוגעקומען אן איידלער יונגערמאן פון 48 און געבעטן בארנפריינד זאל אויפהערן, יענער איז געוועהן א קליינטשיגער דארער יונגערמאן האט זיך בארנפריינד געגעבן א לאז צו אים און גוט אנגעפראסקעט די ביינער, שפך חמתו על אחד משלנו...
ויהי ערב ויהי בוקר נאך א טאג אין 48.    

  
פאריגע וואך האט זיך געדרייט א נייעס איבער די קלעפ וואס דער גבאי פון באבוב 48 רב נתן מנחם בארנפריינד האט געטיילט פאר אן אייגענעם 48'ער יונגערמאן, די מעשה האט דעם וואך צובאקומען נאך א קאפיטל. ומעשה שהיה כך היה.

א מחותן פון יענעם וואס האט געכאפט די קלעפ פאריגע וואך איז צוגעגאנגען צו דעם גבאי בארנפריינד ביים ראש חודש טיש, הייתכן ער שלאגט דעם עולם, מילא 45'ער מענטשען דאס איז דאך גוט וכן יעשו, אבער דאס שלאגן היימישע אייגענע דאס מוז זיך זאפארט אויפהערן.

ס'האט זיך אנגעהויבן א ווערטער געפעכט הין און צוריק, און דער בארנפריינד האט גענומען א טעלער טונא און עס דערלאנגט יענעם יונגערמאן אין פנים אריין... ס'איז געוועהן בשעת'ן ראש חודש טיש, אבער קיינע פון די אנוועזענדע האט זיך נישט אנגענומען פאר יענעם יונגערמאן אויס מורא אז די דערנעבענדיגע טעלער אייערשפייז וועט לאנדען אויף זיין פנים

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.