רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 6 באוגוסט 2017

ר' יואל מסאטמאר היה חכם אסר ללמוד דף היומי וללכת לכותל שאם חלילה מישהו בסאטמאר יתפקר הוא ילמד דף היומי ויילך לכותל רח"ל

מאת סאטמארער

געווען גאר א קלוגער איד דער סאטמארער רב ז"ל. ער האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל און צו לערנען דף היומי. ער האט עס געטאן בכוונה תחלה, אז ווען א סאטמארער חסיד וועט וועלן אפפארן פון אידישן וועג וועט ער גיין צום כותל אדער לערנען דעם דף און זיין זיכער אז ער איז א גוי גמור, ערגער ווי א בועל ארמית אין יום כיפור. ס'זענען דא היינט צענדליגער עקס-סאטמארער וואס גייען צום כותל און לערנען דעם דף און שטראלן פאר שמחה יעדעס מאל וואס זיי טוען דאס.

לעצטנס האב איך געזען א פעיסבוק פאוסט פון א משפחה מיטגליד פון סאטמאר רב, אן אייניקל פון זיין יורש, האט ער געשריבן אז ער איז יעצט ביים כותל און איז גערירט ביז טרערן. עטליכע וואכן פריער האט ער נאך שטאלצירט אז ער גייט עסן חזיר, און דא איז ער ביים כותל און וויינט פאר שמחה טראכטנדיג אז זיין עלטער פעטער וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער. פרעג איך אייך, איז דער סאטמארער רב נישט געווען קיין חכם?

פון די אנדערע זייט זענען פאראן צענדליגער סאטמארער, געוועזענע סענדז סטריט תלמידים, וואס זענען נאך שטאלצע סאטמארער, זיי קימערן זיך קנאפ איבער אידישקייט. אבער ווען זיי הערן דאס ווארט כותל גייען זיי ניסלעך. ווי יענער איד וואס האט געקוקט טעלעוויזיע אין א שענק (באר) ווען פלוצלינג איז ארויסגעקומען א בילד פונעם כותל. ער האט געכאפט א בעיסבאל בעט און צעשמעטערט דעם סקרין. אזוינע רשעים די ציונים, דאס ערגסטע וואס זיי האבן געקענט טאן איז בויען דעם כותל.

אקעי דאס איז א וויץ, אבער כ'קען באמת א איד, שוין א מגולח וואס שיקט שוין די קינדער אין א היברו דעי סקול, אבער ער האט געווארנט ליפא שמעלצער אז אויב לייגט ער אריין א ניגון איבער'ן כותל קויפט ער נישט זיין סי-די. מיט'ן בארד און גיהנום ניגון האט ער נישט קיין שום פראבלעם. פרעג איך דיר, פון וועלכע תלמידים האט דער סאטמאר רב מער הנאה.

אגב, דער סקווערער רבי ז"ל האט געהאט אן אנדערן מהלך אין אידישקייט, וואס איז אויך זייער עפעקטיוו; ער האט געמאכט זיינע חסידים גיין מיט די קליינטשיגע סקווערער פאה'לעך, רונדעכיגע טלית קטנ'ס און שטיוול אום שבת.

כ'טרייב נישט קיין ליצנות. ס'זענען פאראן הונדערטער סקווערער "באמס" וועלכע גייען מיט לאנגע געקרייזלטע פיאות, און זענען זיכער אז זיי גייען גיין אין גיהנום דערפאר. דא ארבעט ביי אונז אין אפיס א יונגערמאן וואס האט אראפגעלאזטע נאטור-באאוילטע פיאות, א וועסטל מיט א פארקער פען אריינגעשטעקט אין די קעשענע, און אונטער דעם א גרויסן וואלענעם שמוציגן טלית קטן, מיט א V שניט, אנשטאט א סקווערער שניט. זאגט ער מיר בהאי לישנא. "מענטשן וואס קוקן מיך אן און זעען וויאזוי איך קוק היינט אויס קענען נישט גלייבן אז א יאר צוריק בין איך נאך געווען פרום..."

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה