רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 3 ביולי 2017

האהרונים מכריזים בשם רבם כי הפסיקו לקנות לוקשים מן הסיקריקים והמחבלים הליטאים

מאת אהרוני

מורי ורבותי:
חז״ל זאגן: אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנים.  מיר האבן *היינט* איינגעזעהן אז סאטמאר רבי איז גערעכט געווען ווען ער האט געשריגן אז *אן קיין אסיפות הרבנים* קען מען נישט גארנישט טאן. און אלע גרויסע רבנים פון אלע גרויסע קהילות האבן עס פארשטאנען דעמאלט - און היינט פארשטייען מיר עס אלע אויך.

מיר זעהן שוין פאר א פאקט אז וואס עס קומט ארויס פונעם מויל פון די מאכערס / שוויצערס / עסקנים איז שקר ווי עבוד זרה / בלאף וכזב. 

אנגעהויבן פון יצחק שטערן
און געענדיגט ביי יוסף דוד שעכטער, אהרן וואזנער און עמרם טייטלבוים.

איין שקרן גרעסער ווי דער צווייטער, און רוב רבנימ׳לעך וואס האבן קוים א מנין פרייען זיך צו שטופן דעם טאג און מאכן א טשעקל פון די מאכערס / עסקנים.

עד יום א׳ פרשת בלק. ווען מ׳האט געלערנט בלק מיט די מאכערס / שוויצערס / שקרנים און זיי אויפגעוויזן אז כלל ישראל האט א פיינע נאז, און ס׳איז נאך דא רבנים וואס וועלן זיך נעמען האקן אויפן טיש, און נישט נעמען אלע לאקשן און עס ווייטער פארקויפן.

גענוג מיטן פארקויפן שקר אז אין גולובנציץ גראבט מען ליידער אויף קברי שופטים ונביאים / ווייל די מאכערס / שוויצערס / שמידלעך האבן נישט באקומען זייער לא יחרץ געלט.

*אויב איז דא א גזירת גיוס / זאלן דאס אלע רבנים הערן און דן זיין בכובד ראש און נישט גלייבן די גנבים וואס זוכן צו פארדינען אויף אונז, און אונז אויסמעלקן מיט א גיוס כספים*

אויב האט מען געכאפט דעם שקרן עמרם טייטלבוים מיט אפענע שקרים - דאן זאל מען מקיים זיין דעם והוקע אותו לעיני השמש. 

דאס זעלבע מיט דעם שקרן יצחק שטערן. ווילסט גייט קיין בארקלי מיט די זאליס און מיט שאפראן - כה לחי אבער אלע גרויסע גרויסע קהילות פון גאנץ ארצות הררית וקנאנדא זאגן: DON'T COUNT ON US. 

די לאקשן קויפן מיר נישט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.