רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 10 ביולי 2017

זאלוני שואל את חיים שאולזון מדוע מותר לשפוך דמם של עמרם טייטלבוים ושמואל אויערבך ואסור לשפוך דמם של האדמורי"ם גיסי האהרוני חברי המועצת

מאת זאלוני

כבוד ר' חיים שאולזאן האורני החדש, שאלה יש לי עליך: למה לר' עמרם ט"ב ולהגר"ש אויערבאך מותר לשפוך דמם ברבים ולא על אדמור"י האגודה קרובי הארוני
טייערע פריינד מ'רעד שוין א וואך צייט פון א אסיפה אין מאנסי, צווישען רבנים, אדמורים, וראשי ישיבות, ועסקנים, וואס טוט זיך דא וואס איז געווען וואס איז ארויסגעקומען? איך וויל דא געבען א קורצע אנאליז ווי איך פארשטיי דאס, וכל אשר יכול להוסיף לברר הדברים תודה למפרע!

עס איז קלאר אז די מארגנים האבן געהאט א אגאנדע צו ארויסברענגען ווי שטארק און ווי ביטער די גזירה איז! 
עס איז קלאר אז אלע המדברים חוץ פאפא וסאטמאר זענען מיטגשטאנען אז ס'איז א גזירה מ'מוז טוען פון אמעירקע ככל אשר ביכלתנו!
באבוב 45 און הרב קנריק פון פיקסקיל און הרב ליכטענשטיין נכד הג"ר יאשע בער און הרב יוסף רפול פון עטרת תורה האבען בכלל נישט גרעדט, ווייס איך נישט זייער דעה,
ווי אויך הרב חיים הערש מסאטמאר ירושלים וואס יעדער ווייסט זיין דעה איז נישט נוגע צום אנאליז,
וואס פאפא רבי האט געזאגט ווייס איך נאכנישט, אבער סאטמאר מהר"א איז געווען זייער פרייליך מיט זיין הערה... הנוגע להמציאות צו ס'דא אגזירה אדער נישט קען מען נישט ארויס האבען פון די קאמטארען פון פאפא רבי'ן,
קארלסבורג רב ובנו הרב הצעיר זענען געווען זייער שארף לענין הגיוס
הגר"א שכטער ר"י חיים בערלין זייער געקאכט, א גאנצע צייט ממש ווי א קנאי וואס האט געזאגט ממעג רעדן לשון הרע אויף זיי זיי נעמען געלט זענען זיי משוחד דברים נוראים וואס פאסט נישט פאר קיין חבר מעוצות גדולי תורה!
הגר"מ קוטלער שליט"א ר"י במ"ג לייקוואד פותח ויו"ר האסיפה, זאגט אז די גדולי הראשי ישיבות בארץ ישראל שרייען געוואלד ס'טויג נישט און די צווי ראשי ישיבות וואס האבען געשריבען די בריעף האבען חוזר געווען אחר המכתב מעו"ד, און ער ברענגט ראיות אז אלע מאל האט מען געשריגען פון אמעירקע אזוי האפט מען אויף ארץ ישראל וועט זיך אויפוועקען דברי קנאות בגדול!
מיט די זעלבע גייט מיט הגרא"ב וואכטפויגעל, ער דארף 100 חתימות פון אמעריקע וועט דאס אויפשטרועמן ארץ ישראל
הגר"ח פלאהר, זאגט ביי גיוס בנות נאר נאך די מחאות פון אמעירקע האט ארץ ישראל זיך אויפגעוועקט ס'נישט געניק א יום תפלה לויט די בקשה פון הגר"ד שוסטאל נאר מ'דארף אויכעט טוען בפועל שרייען פארפירען הישמע כזאת?
הגר"ד שוסטאל, איז למעשה די ווייכעסטע נאר א תפלה צום בוכ"ע מען זאל נישט שטערען פון ארץ ישראל וכו' עפעס א פחד פון וואס ווייסט ווער?
אדמורי קאסאן, האט אויפגעפלאקערט די קנאות פון קאסאן, און שרייען מ'דארף מוחה זיין, און פונקט ווי דער ויואל משה האט געשריבען אן זיך רעכנען מיט די דעה פון ארץ ישראל, דארף מען שרייען, יהרג ואל יעבור חזיר טרייף, ס'איז געניק אז די עדה החרדית אשכנזים והספרדים האבען זיך געוואנדען צו אונז מען דארף נישט מער! מדארף שרייען און זאגען, מדארף טוען אפי' ווען מאיז נישט זיכער מיט א אויפטהו!
ביז א הער איז שוין געניק א חידוש פון א מערכה די ליטאים וגדולי אגודה זענען אזוי שטארק און שארף, 
די גרעסטע פלא פון די אסיפה איז נישט אנדערשט ווי דער באוויסטער זאגער און ברייטער רעדנער, וואס האט אטאקירט בימים ההם אין זיבעטען ריף עלטערע און גרעסערע, ער האט געהאט אמאל א ציירי און אמאל א סגל, און ווער עס פארשטייט פארשטייט! געזאגט פראזען אויף קרובי משפחה ווי פארפעשנאל מ.. אדער עפרא לפ.. אויף אמאל פאדערט ער צו שרייען נאר ווען מ'הערט... ער איז מענטשליך געווארען?
און אצינד האט ער קרובי משפחה וואס מ'קען זיי נישט ווי טוען נאר לכל היותר מ'קען נאר מאכן א אפוינטמענט און קריגען א אינוויטעשאן און דאן אראפפארען מסביר זיין מיט א גיטען הסבר די גרויסע פראבלעם אנדעם איז א שאד דאס איז די מציאות... זאלט איר אבער נישט מיינען איין מיניט אז דער רעדנער און זאגער זאגט נישט אריין פאר אזא שייגעץ ווי עמרם טייטלבוים א פסוק ברבים! דאנט ווארי, ער כאפט יא פיין אריין וועגען זאכען וואס איז קיינמאל נישט גובע עדות געווען אבער עמרם טייטלבוים היתר דמו ודם זרעותיו! פון ווי נעמט זיך דאם ווארט סיקריק? פון די כלי? אה די אלטע כלי וואס מ'קיקט נאך די וועטער אין אריזאנע? יא אז מ'רעדט שוין יא וועגען די ווייצלעך, וועגען וווייץ מעג מען זאגען אפי' קיינעם אינטערסירט דאס נישט ווי אויך די וואלווע קאוקא! אבער חס ושלום נישט וועגען גיוס ! וויילס איז א שאד צו רעדען א זאך וואס גער לאזט נישט אדער בעלזא דאס איז א מציאות !
סאטמאר פלעגט מאכען מחאות נאר וואס יעדר האט פארשטאנען זייער מחאה? וואס? סאטמאר קען נאר, ווען גער וויזניץ בעלזא שטייט מיט.. וואס? 
ממעג אנשרייען און סקאנמאק סטריט פאר 50 בחורים פון שיעור ג' און אראפ רייסען הגאון רבי שמואל אוירבאך מיט אלע זלזולים והשמצות וואס איז זיינע עבירה אפשר קענט איר מיר זאגען? סך הכל ער הייסט זיך נישט שטעלען? דערפאר איז ער חייב וואס? מקען נישט און קרית יואל קויפען מער קיין לאקשען אלץ וועגען הרב אוירבאך האט זיך מגייר געווען? האט מען שוין גהערט אמאל אראפרייסען א ת"ח ווייל ער ווערט פרומער? 
אפשר דאס איז די עבירה פון דעים הרב אוירבאך ער האט נישט געלאזט זיין טאטען הגרש"ז אוירבאך מתיר זיין די פאבליק סקול אין קרית יואל אה! דאס איז שוין א רויט ליין עים דארף מען געבען אין קאף אריין! 
אבער גיוס חס ושלום מ'קען דיך נישט מבזה זיין רבנים ותלמידי חכמים, ווער נאך האט אזוי ליב תורה ווי די אהבת קדומים און תורתך שעשיעי ויסוד איתן וכו' ווער איז דער ערשטער וואס יעדער מאכט נאכ? און רבותי דא איז ער נאך די גאנצע אסיפה אויך דער ערשטער וואס שרייבט וואס קאסאן וועט הייסען אבער עמרם טייטלבוים מיט שמואל אוריבאך דארף מען געבען אין זיבטען ריף ובפניהם כדרך התורה נלך! 
על כל פנים מכל הנ"ל איינער וואס איז נישט געווען צו קיין ליניע איז ער געווען פון א הכחשה אין די מציאות ביז א בריעף יהרג ואל יעבור

חיים שאולזון משיב ראה פוסט אחר

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.