רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 14 ביולי 2017

הטיפשים שהתכנסו במונסי - בהתאסף ראשי עם הדומה לחמור

מאת סאטמארי

די וואך האט כלל ישראל זוכה געווען צו זען א פארזאמלונג פון ראשי
אלפי ישראל, ראשי גולת אריאל, רשכבהג"י דורינו, די מלאכים ושרפים
פון לעיקוואד, וויליאמסבורג, סאוט פאלסבורג, בארא פארק, פארשעי,
קרית יואל, פלעטבוש, מאנסי, און ירושלים עיה"ק. עס האבן זיך דארט
באטייליגט די מלאכי מעלה בדמות אדם, די אדמורי"ם לבית סאטמאר,
פאפא, קארלסבורג, קאסאני, און פארשעי, און די ראשי ישיבות לבית
חיים בערלין, לעיקוואד, סאוט פאולסבורג, און צולעצט - די סאמע שפיץ
שרפים עומדים ממעל לו - די ירושלימ'ע עסקנים/רבנים.
בליץ שנעל האבן זיך אנגעהויבן די אטאקירונגען פון אלע ריכטונגען,
ליעקס און פעיק ניוז למיניהם, אזש די טראמפ אדמיניסטראציע וואלט
ווען באדארפט קומען קיין וויליאמפעסט אויף שימוש ביי די זאלוינים
וויאזוי מ'קען ליעקן, ספינען, און אוודאי געוויס - פעיק ניוז'ן, אפילו עס
איז נישט ערשינען קיין איין טוויט פונעם ווייסן הויז שבקרית יואל הבירה.
כלל ישראל האט זוכה געווען צו א ספעציעלע הצצה אל הקודש פנימה,
זייענדיג מקבל חכמה עד אין סוף פון די גדולי ישראל וואס דאגה'ן פאר
תושבי ארץ כנען, וואס האבן - ווי רבינו הקדוש בשעתו - "ווייטע אויגן"
וואס קוקן ביזן ווייטן ארץ ישראל, און טאקע ווי ביים רבי'ן אליינס ווערט
די בליק וואס אמאל ווייטער און ווייטער פונ'ם מציאות.
פארט אבער האבן מיר נישט געוואוסט וועלכע ווערסיע פון די אומצאליגע
ספינערייען צו גלייבן. מיר האבן אפט גע'ספיקא'ט אויב ר' אהרן קרית
יואל'ער איז טאקע אזא פערד ווי די זאלוינים טענה'ן, אדער גאר איז דער
פארשעי'ער זעלבסט-געקרוינטער-קנאי-וצדיק-וחכם גאר דער נעסטי
אטאקירער וואס זוכט אביסל צומי ווי הרב הקדוש מרן ראש הישיבה
ראבי הי"ד שנשפך כמים לאחר שנתגלה קלונו ברבים.
אינצווישן האט זיך אפט גע'חקר'ט אויב דער קארלסבורגער איז פלוצים
געווארן א פוסק הדור איבערן פארשטאנד פון די בחורי ארץ ישראל,
אדער אויב ר' מלכיאל לעיקוואדער זוכט עטוואס מער ווי אן אייגענע
אדמורו"ת נוסח ליטא. דאס זעלביגע האבן זיך ברעמענער געהויבן מיט
וואונדערליכע מינעס, הערנדיג שארפע קנאות נוסח סאטמאר, יוצאים
מפי הגבורה שבגבורה פון רבי חיים בערלינער ראש ישיבה, לעצטנס
מער באקאנט אלץ "זקן ראשי הישיבות" אדאנק זיין זיך צושטעלן צו די
רעטאריק פון די בראקעלי-און-פאטעיטע קעפ.
אנדערע האבן געהאט ערנסטע ספיקות אויב דער ירושלימער קנאי און
סיקריק, בנו הגדול של ר' זלמן לייב'ן וויליאמסבורגער, האט געכאפט א
הארץ אטאקע אינמיטן די אסיפה נכבדה, אנטלויפנדיג פון דארט ווי א
קאץ געגראדזשעטן, אדער אויב דער "לא זו בלבד עשה לנו בן עמרם"
- ה"ה הלוחם מלחמות הידוע בשמו הנכבד "טייטלבוים", איז גאר דער
ווארטזאגער פאר יהדות הקנאית ולא רק יהדות הסיקריקית )הסבר
לאינם מבחינים: סיקריקים קעגן קנאים, איז ווי אייסיס קעגן אל-קאידא(.
צווישן די קטעי דברים וואס זענען ערשינען דורך ליעקערס למיניהם,
האבן מיר געזען אז דער קרית יואל'ער ברייטער מויל ארבעט אווערטיים,
און אז די ליטוואקען האבן נאך א שווערע דזשאב זיך צוצופאסן צום
קנאישן ווינקל פון "דאס הייפעלע" ברכיים שכרעו לבעל ויוא"מ, וויבאלד
ס'פעלט זיי זיבעציג יאר שימוש )דאס איז אזוי לאנג ווי גאנץ גלות בבל(,
מאז קום המדינה, וויאזוי צו סיקריקעווען/קנאעווען. אזוי אויך האבן מיר
זוכה געווען צו זען א ברייטע שמייכל אויפן הייליגן געזיכט פון פאפער
שרף, וואס געווענליך זענען אנדערע סארט מינעס אויסגעשפרייט אויף
זיין לעכטיג צורה, מער פון די "פחד-ווארפענדע" סארט מינעס.
די פאר וואנאביס, המכונים בשם רב הצעיר דקארלסבורג, פארשעי'ע
רבי )אוי! טשילס(, והמסתעפים מהם, האבן זיך מער חרוב געמאכט ווי
געבויט. אבער פון א צווייטע קוק-ווינקל, קען אזא לוזער זיך נאר בויען
דערפון. בבחינת מרשעים יצא רשע ומטיפש יצא טפשות ומגס רוח יצא
גסות אזש צום ברעכן.

להמשך כנסו כאן:


*
אבער מה עשה הקב"ה? גאט האט אונז נישט צונאר געלייגט, תלוי בחסדי
אחרים, תלויים ועומדים בין שמים וארץ ובין סיקריקים לקנאים, נאר ער
האט אונז צוגעשיקט די שמועס מיטן טראנסקריפט, אז יעדער בר בי רב
דחד יומא בבי מדרשא דסיקריקיא, וועט קענען מיטהאלטן דעם סוד שיח
שרפי קודש המשלשלים בשלשול גדושה לגודש.
ווי נאר די נייעסער האבן זיך אנטפלעקט צו די אלצווייסער, בין איך
געווארן ווי א זנב לאריות )פאן אינטענדעט אויף ביידע ווערטער(, און
מיינע אויערן האבן דערגרייכט די שמועה טובה ששמעו ישראל על הר
סיני "לא תגנוב", והלך זה וגנב, ווי דער קאצקער האט געטייטשט אז
מ'טאר זיך נישט זעלבסט בא'גנב'ענען און אויסנארן. און דא שטייען מיר
פאר א באנדע כסילים, זה בכה וזה בכהכה ]מיט א קמץ[, וואס הוציאו את
עצמם מן הכלל של עם נבון וחכם.
מיט א יגיעה רבה ועצומה, כיגיעתו של הסאטמארע רבי )ביידע( איבערן
בהתאסף ראשי עם, הדומה לחמור
להמשך כנסו כאן:
תוכן האסיפה אודות גזירת גיוס בני בישיבות
בעיה"ת מאנסי - א בלק תשע"ז לפ"ק
@ארי נוהם - ק"ש
גזירת גיוס, בין איך אדורך זייער גאנצע שמועס, און טראצדעם וואס איך
בין ווי א ננס נגדם, ומי אשר יתחצף ויאמר אני ירדתי לסוף דעתם, און
כ"ש איך וואס קען ניטאמאל יורד זיין לתחילת דעתם, און כ"ש וכ"ש ווען
איך זע נאכנישט קיין דעתם בכלל, פארט בין איך א ננס ע"ג ארי )פאן
אינטענטעט(, ולכן אזרתי אומץ וחגרתי חרב ושנסתי מתניים וקשרתי
קשרי אותיות, צו פארשטיין דעם שיחתן של עבדי אבות, אדע לפחות די
בהמתן של עבדי אבות.
וזה החלי בעזהש"י:
החכם הגדול מכל האדם, רביה"ק מפארשעי שליט"א
צוערשט עמיר זיך נעמען צו די ביינער פון פארשעי'ע רבי. סיי ווייל די
מערסטע נאנסענס איז ארויס פון זיין פום ממלל רברבין, סיי ווייל ער האט
גע'חוצפה'ט און איבערגעהאקט, און בעיקר ווייל דער וויל דא בויען א
ברענד אויף אונזער חשבון. דער צדיק האט קיינמאל געהאט קיין שייכות
מיט קנאות, קיינער אין ארץ ישראל ווייסט ניטאמאל אז ער עקזיסטירט
- על הצד אז זיי וועלן שוין יא "פאלגן" אמעריקאנע דעות זאגערס, און
דער חכימאה דיהודאה האלט זיך באשיינפערליך פארן שלמה המלך
פונעם דור וואס האט לשם שינוי "אנדעקט ארץ ישראל" )קולומבוס,
הפארשעי'ער אחריך!(, א זאך וואס אלע ארץ ישראל'דיגע גדולי ישראל
האבן פארפאסט צו זען בקוצר דעתם ושכלם ל"ע.
דער פארשעיער פרעגט ]19:25" :]איז הכל מודים אלע רבנים און ראשי
ישיבות אז ס'איז א פראבלעם?"
דער חצוף וסיקריק עמרם ט"ב ערקלערט ]40:39" :]אלע ראשי ישיבות
ורבנים זעען נישט קיין פראבלעם אין די פיתויים", און דער פארשעי'ער
צדיק שפרינגט שוין האלבוועגס מיט התרסה: "זעען זיי נישט דעם
מציאות, אדער זעען זיי יא דעם מציאות און האלטן נישט ס'איז א
פראבלעם?"
אפאר מינוט גייען אדורך, און זיין שאלה ווערט חוצפה'דיגער ]00:57 :]
"איז אמת אז אין ארץ ישראל זענען פארהאן רבנים און ראשי ישיבות
וואס האבן טויזענטער מענטשן אונטער זוך, און זיי ווייסן נישט וואס עס
גייט פאר?"
עטליכע מינוט שפעטער, האט ער זוכה געווען צו א השראה משמים און
ס'איז אים שוין קלאר אנפלעקט געווארן מתוך גילוי אליהו הנביא המכונה
בשם עמרם ט"ב, אז ]06:62" :]ס'קומט אויס אז די גדולי ישראל ווייסן
נישט וואס עס טוט זיך" )אבער נאך-א-מזל אז דער קדוש פון פארשעי
לעבט נאך, און וועט מגלה זיין מעפר עיניהם וואס עס טוט זיך ביי זיך
אינדערהיים(.
צווישן זיינע פנינים איז אזא פיקחות'דיגע ענטפער פארוואס ס'נישטא
קיין "שמוע בין אחיכם" פון די אנדערע צד )טענת הרבי מקרית יואל(,
און דער חכימאה דפארשעיאה ענטפערט: "מ'האט גערופן מאיר פרוש,
אבער..."
אדער נאך א שארפע טענה, ממש תסמר שערות אנוש: "א מגיד שיעור
אין א היימישע ישיבה האט געזאגט פאר א סאטמארער בחור אז ס'איז
נישט קיין פראבלעם צו גיין אין מיליטער". חברה, לאמיר מוחה זיין אז ער
האט פארפאסט צוצולייגן די צוגעפאסטע ווערטער "שומו שמים"!
ביני לביני שטופט ער צוויי מאל אנצוגרייטן א קול קורא דערוועגן )חתמ'ע
נאכאמאל איבערן איסור פון גיין מיט א דאסטער, אויב דיין חתימה
המתנוסס בראש חוצות איז אזוי וויכטיג לבריאות נפשך הטהור(.
ווער רעדט נאך פון זיי פיקחות'דיגע ענטפער אויפן קרית יואלער רבי'ס
טענה, אז קודם דארפן די ארץ ישראל'דיגע רבנים שרייבן בחומרת הענין,
און דערנאך קען מען צולייגן אמעריקאנע חתימות. דערויף ענטפערט דער
חכם פון פארשעי ]16:109" :]אבער זיי האבן זיך שוין געוואנדן צו אונז. די
ספרדים האבן זיך געוואנדן צו אונז" )פשששש, אטע-דאס מיינט מען,
ריכטיג? אט די פקחות זאגט ער איבער צוויי מאל ביים אסיפה(.
די שמועס פארט ווייטער ווי פאלגענד.
קרית יואלער פרעגט: "די אשכנזים האבן זיך אויך געוואנדן צו אייך?"
פארשעי: "אבער דאס בי"ד העדה החרדית האט זיך געוואנדן צו אונז" )אן
ענטפער ממין הטענה, עילוי'שקייט בתפארתה(
קרית יואל: "גערער רבי האט זיך געוואנדן צו אייך?"
פארשעי: "ניין"
קרית יואל: "וויזניצער רבי האט זיך יא געוואנדן צו אייך?"
פארשעי: "ניין"
קרית יואל: "בעלזער רבי האט זיך געוואנדן צו אייך?"
פארשעי: "ניין" )קענטיג צוביילט פון דעם געגן אטאקע, פרובירט ער צו
מינימיזירן די אפעקט(: "דארפן מיר די דריי רבי'ס זאלן זיך ווענדן? ביז
אהין?" )חמור איינער, ניין נישט ביז אהין, נאר ביז די ספרדישע בריוו!(
נאך אסאך גאונישע שטיקלעך זענען ארויסגעקומען פון הצדיק
מפארשעי, און וועלן דערמאנט ווערן שפעטער ביי אנדערע שיחת חולין
של תלמידי טיפשים.
פירות הנושרים להלכה:
1 .אז מ'קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער.
2 .פארשעי'ער, מה לך אצל קנאות, כלך לך לליידאקעס אשר בגלילותיך.
3 .קיינער אין ארץ ישראל דארף נישט דיין עדווייס, און קיינער וועט פון
דיר נישט קלוגער ווערן.
4 .הדיוט קופץ בראש זאגט די גמרא אויף המן. ס'נישט גוט נאכצוטון זיין
ביישפיל.
5 .שכל נעמט מען נישט פון די פוס. אויב דו ווילסט א "צווייטע צד" רוף
נישט אהער מאיר פרוש. אביסל קאממאן סענס אין פעלד פון קנאות!
6 .אויב דו בלוטיגסט טאקע, רעד מיט א גדול אין ארץ ישראל אנשטאט
ווילדעווען אין אמעריקע.
7 .פערזענליך האב איך דיך אמאל אנגעקוקט אלץ קלוגער רב. נאו מאר!
בכה רבי ואמר... יש מחריב עולמו בשעה אחת.
מרנן דלעיקוואד שליט"א
אצינד וועלן מיר מופן קיין לעיקוואד. עס איז יעצט טאקע זייער הייס און
יומיט דארט, די שטומפיגע מצב האט זיכער אפעקטירט די שטומפיגע
קעפ דארט, ואין ראש אלא ראשעשיווע, ומיעוט "קעפ" שנים, ה"ה הני
תרי צנתרי דדהבא קאטלער/שוסטאל ענד קא.
ברם יזכר לטוב אותו האיש, נעים זמירות ישראל, דוד מלכא דשוסטלא
דלעיקוואדא, וואס האט גראדע גערעדט גאר איינגעהאלטן, מיט טיפישע
ליטווישע תמימות. לאמיר טאקע גיין צו אים צוערשט:
מיט א קאכעניש וואס פאסט פאר א הימל קראצער, טענה'ט ער איבער
די וואס העלפן חרדים זיך אנגלידערן אין מיליטער ]18:93" :]איר ווייסט
ווער ס'העלפט מיט? דער יצר הרע! מיר דארפן זיך נעמען צום יצר הרע,
מיר דארפן מתפלל זיין" )אה, ב"ה ס'שוין דא דער בעל מוסר וואס וויל
מיט תפילה מבטל זיין די גזירת גיוס הנוראה(.
הרב שעכטער ענטפערט אז מ'דארף מאכן אן עצרת הסברה, אבער הרב
שוסטאל גייט ווייטער מיט זיינס, שארפער אויסגעדריקט: "ניין. לאמיר
מתפלל זיין"!
קלערט איר אז ס'איז בלויזע תמימות וואס דריקט אים? ניין, ער האט א
חשבון, הגם א לעגיטימע, פארוואס נישט צו מאכן א פרישע עצרת זעם/
הסברה/מחאה. ווען דער קאסאנער וויל ווייטער אז מ'זאל מאכן אן עצרת,
מסביר'ט זיך דער לעיקוואדער: "אבער מיר קענען נישט זאגן פאר ארץ
ישראל", אה, יצא המרצע מן השוק. ער האט מורא/דרך ארץ פאר די ארץ
ישראל'דיגע חברה.
ביים סוף, האבן די ליטוואקעס א סוד שיח'ל, בהשתתפות דעם קרית
יואל'ער, און מ'זעט ווייטער וואס דריקט אים ]18:112:]
קאטלער: "מ'זאל מאכן א יום תפילה"
שוסטאל: "מיר דארפן מתפלל זיין"
שעכטער: "מ'דארף מסביר זיין און מ'דארף מתפלל זיין"
שוסטאל: "מ'דארף טאן אז מ'זאל נישט שטערן פון ארץ ישראל" )דינגט
זיך פערזענליך אויף הרב שעכטער(
כ'בין נאך מסופק אויב שוסטאל און קאטלער דינגען זיך אפילו איבער די
מהלך פון מתפלל זיין. קאטלער וויל אן עצרת תפילה, שוסטאל וויל אז
מ'זאל מתפלל זיין און מעגליך אז יעדער פאר זיך. בעיקר וויל ער נישט
אויפרעגן די ארץ ישראל'דיגע גדולים, און זוכט א וועג ארויס און פארט
סאלווען די ברענעדיגע פראבלעם פון גזירות גיוס רח"ל היל"ת ה"י ל"ע.
*
אצינד צום מייסטער פאליטיקאנט פון לעיקוואד, דער נכד בא"ב, וואס
פרובירט שוין לאנג צו מרן'ען, דערווייל אן ערפאלג.
הרב קאטלער איז א כיטרע שלאנג. ער זעט ווי דער קרית יואל'ער
האט א שטארקע טענה: מ'דארף קודם זען וואו מ'האלט מיט די ארץ
ישראל'דיגע רבנים, און ס'זענען ערשינען מכתבים פון זיי אז ס'איז נישטא
קיין פראבלעם. ווידער קאטלער וויל פארט מ'זאל פארפירן פון דאהי,
אפגעזען די דעה פון די רבני ארץ ישראל. ער קען דאס נישט זאגן הויך,
ווייל דעמאלס איז ער קאמפאט פאר דער ברייטער מויל פון קרית יואל,
אזוי אויך וועט ער כאפן אינדערהיים פון די ליטוואקעס. דערפאר פרובירט
ער מזייף צו זיין און זאגן חצאי אמיתיות ושקר שלם.
דער לעיקוואדער ענטפערט דעם קרית יואלער'ס משלי שועלים, כאילו
טראמפ כאפט א שמועס מיט ביבי וכו', וזל"ק של קאטלער ]55:100 :]
"דער מציאות איז, אז די רבנים אין ארץ ישראל זענען מודה אז ס'איז דא
א פראבלעם. אלע רבנים רובם ככולם זענען מודה היינט. ס'איז נישטא
קיינער וואס האלט ס'איז נישטא קיין פראבלעם. דער לאיער האט
געשריבן אז ס'איז דא א פראבלעם".
שקרן! במילתא דעבידא לגלוייה! שעים אן יו!
דער שמועס פארט ווייטער, און דער קרית יואל'ער לאזט זיך נישט. ס'איז
קלאר דא רבנים וואס האלטן אנדערש. האלט מיט א שפעטערדיגע חלק
פון שמועס, א גרויל ווען א ליטאי מיט ביליגע אינטערעסן דערקלערט
זיך קנאי!
קאטלער ערקלערט מיט א קאלטקייט ]108" :]ס'איז געווען א עצרת אין
ארץ ישראל, און היינט איז נישטא ווער ס'איז מכחיש דעם פראבלעם.
כ'מיין די צוויי אידן וואס האבן געשריבן אז ס'איז נישטא, האבן שוין
צוריקגעצויגן און זענען שוין מסכים. ס'איז נישטא קיין נידון".
א ביישפיל פון א חצוף, שקרן, וזייפן, אויפאמאל! אגב, די צוויי אידן זענען
די אנערקענסטע גדולים אין ארץ ישראל, און זייער אויטאריטעט וועגט
אלעס איבער. אבער דער רעדט כאילו ס'געווען עפעס צוויי אידן, וגם הם
חזרו בהם!
אבער דער קרית יואלער מיטן פולן רעספעקט לאזט זיך נישט: "חשובער
ראש ישיבה, איר האלט נישט אז די צוויי ראשי ישיבות )אגב, ר' מלכיאל,
לערנט אייך פונעם גרויסן מויל וויאזוי מ'באטיטלט די "צוויי אידן"( האבן
געשריבן בשם די אלע אנדערע ראשי ישיבות?", אויף וואס הרב קאטלער
ענטפערט: "איך ווייס בידיעה אז די אנדערע ראשי ישיבות האלטן אז
ס'איז דא א פראבלעם".
דער איז זיך סותר מיניה וביה, זאגנדיג א רגע פריער אז אפילו זיי צוויי
האבן צוריקגעצויגן, ומתוך זה פשוט אז אלע אנדערע האלטן אזוי. זעט
אויס אז ער וויל טאנצן אויף צוויי חתונות, בדרך גם מזה וגם מזה אל תנח
ידך, וחדא ועוד קאמר. אם תמצא לומר אז זיי צוויי האבן צוריקגעצויגן,
אידעך גוט, ואם לאו שם תהא קבורתם אבער כאטש ווייס'ך בידיעה אז די
אנדערע האלטן יא אז ס'איז א פראבלעם.
*
למעשה מאכט מען באשלוסן, און קאטלער זאגט די אויבן ציטירטע 
ווערטער אז מ'זאל מאכן א יום תפילה, כלומר, עפעס גענוג שטארק צו
ווייזן פאר די גדולים אין ארץ ישראל אז מיר קענען אליינס און מיר האבן
אויך א דעת תורה, אבער נישט גענוג מחאה זעם'דיג וואס וועט מעורר זיין
א מחאת זעם קעגן אים ביי אנ"ש דלעיקוואד.
ווען דער קרית יואל'ער טענה'ט ווידער: "איר מוזט צוקומען צו די ארץ
ישראל'דיגע", ענטפערט אים דער לעיקוואדער ]09:114" :]אבער אז מיר
זענען מעורר פון דא?", ווי צו זאגן אז מיר קענען אליינס, און מ'דארף נישט
צוקומען צו די גדולי ארץ ישראל.
וואס דער קרית יואל'ער רבי כאפט נישט, איז אז נאר ער האט די
פראבלעם וועגן עפעס אויפטון למעשה, ווידער דער לעיקוואדער רבי
האט אנאנדערע חשבון, זיך בויען און אפשאקלן פון די ארץ ישראל'דיגע
מרנן, און וועגן דעם דארף ער נישט און וויל טאקע נישט די שטיצע פון
די רבני ארץ ישראל.
אזויפיל זעט מען יא, אז דער קרית יואל'ער גלייבט נישט זיין פרעכע ליגנט,
און ווידערהאלט ביים סוף אסיפה: "אז ס'איז ארויסגעקומען צוויי חשוב'ע
ראשי ישיבות )"צוויי אידן" אלערט, ראה ר' מלכיאל!( און געזאגט אלעס
אין ארדענונג, נעמט עס די וועלט אן אז אלעס אין ארדענונג. איך זאג
נישט אז ס'איז אזוי, אבער די וועלט נעמט אזוי אן". אין אנדערע ווערטער,
ער גלייבט נישט די ליגנט פון מרן מלעיקוואד, אז אפילו זיי צוויי האבן
שוין צוריקגעצויגן פון זייער בריוו אז ס'נישטא קיין פראבלעם.
ווען דער קרית יואל'ער באשליסט אז מ'דארף מאכן א קאמיטע וכו',
ענדיגט הרב שוסטאל צו מיט א טריקענע "יא מיר וועלן זיי העלפן", און
דא ענדיגט זיך די שיחת קודש פון אנשי לעיקוואד.
פירות הנושרים להלכה:
1 .אויב דו ווילסט מאכן אן עצרת תפילה, וואזשע פעלט זיך אויס אזויפיל
אסיפות? טו כרצונך הטוב און לאז געמאך.
2 .תפילות זענען זייער גוט נגד היצר הרע. ייש"כ הרב שוסטאל פארן
אויפמערקזאם מאכן.
3 .במילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי, איי געס אז נישט יעדער איז
בגדר אנושי.
4 .מ'ווערט נישט קיין מרן פון אונטערהאקן אנדערע מרנן'ס, און אוודאי
נישט פון ליגנט.
5 .נעקסטיים רעדטס ענק גוט צונויף פון פריער: יום תפילה אדער בלויז
מתפלל זיין? חילוקי דעות זאלן נישט זיין דורכזיכטיג.
6 .קנאות איז נישט די מיטל צו ווערן א מרן אין ליטא, כ"ש בליטא
שבארה"ב. עי' ערך ר' אל'ה בער. ס'ארבעט פשוט נישט.
7 .דער קרית יואל'ער איז טאקע פון קנאישן לאגער, אבער ער קויפט
נישט קיין פרעכע ליגנט אבי ס'זאל זיך קנאי'ווען, דאס קען מען טון פאר
די אנשי בראקעליס-ענד-פאטעיטאס ענד קא. וואס זוכן אויך צו בויען א
חסידישער מרן אזויווי דו זוכסט אין לעיקוואד. צו קענען די קאודס פון
קנאישע לאגערן, ברויך מען זיין א חסיד.
וואנאבי רבנים, דעה זאגער, און עשקנים
אצינד דארף מען בעצם צו רעדן פון די וואנאביס לבית קארלסבורג
רב צעיר וביכרא סיכלא, קאסאני, סאטמאר-ווילי-ירושלים ענד קא.
דסיקריקיא בראשית עמרם ט"ב, און דער ליטווישער עסקן וואס איז מער
בוירינג ווי בויעררינד.
אבער גלויבט מיר, זיי זענען נישט ווערד קיין שמועס. הערטס אויס די
שמועס, ליינטס די טראנסקריפט, און זעטס וואס פאסירט ווען יעדער
חכם בעיני עצמו ווערט א דעה זאגער אין זאכן וואס ר' דוב לאנדא איז
כנראה נישט גענוג אויסגעקאכט דערין.
לו עמי שומע לי, ישראל בדרכי הלכו, לו התבונן בעיני רוחו ולא בעיני בשר,
לו לא עינו הטעתו, וואלטן די חברה זיך געשעמט צו עפענען דאס מויל.
אבער האבן זיי ווען שכל, קומען זיי דען צום אסיפה? אלא מאי, קשיא
מעיקרא ליתא. איך קען נישט עקספעקטן פון די חברה מער פון וואס זיי
האבן דעליווערט.
נעקסט קעיס.
הגאון הגדול זקן ראשי הישיבות,
הקנאי המפורסם מבערלין שליט"א
אה, ברוך הבא מרן הקנאי, זקן ראשי הישיבות, הגאון האדיר ששמו
נודע בשערים מאז היתה סאטמאר לבראקעליס וזאלונים לפאטעיטאס,
ה"ה מרנא ורבנא קדישא ר' אהרן שעכטער. לזכותו יאמר, אז ער איז אן
ערליכער איד און כ'וויל אים נישט אויסטון נאקעט, דערפאר איז טאקע
א פלא היהפך כושי עורו ונמר חברבורותיו וליטאי שכלו ומזג רוחו הקר?
לאמיר ציטירן זיינע ווערטער, ומצוה ליישב.
הרב שעכטער פרעגט די עסקנים ]50:25" :]אפשר קענט איר זאגן פאקטן
אז אזוי איז דער מציאות?", אויף וואס דער בויערינג פארשוין הייבט אן צו
דרייען מיטן צונג מיט ערקלערונגען.
עטוואס שפעטער ]40:39 ,]איז עמרם ט"ב הסיקריקי מוציא לעז אויף
גדולי ארץ ישראל, אז זיי זעען נישט קיין פראבלעם מיט די פיתויים, אויף
וואס די רביים פון פארשעי און קרית יואל וואונדערן זיך צו עס קען טאקע
זיין אז זיי זעען נישט קיין פראבלעם. הרב שעכטער רעגט זיך אויך: "וואס
הייסט ס'איז נישט קיין פראבלעם? מ'ווערט נאך נתפתה! שרעקליכער
פראבלעם?!"
נאך אפאר מינוט גייען אדורך, ווען מ'רעדט פון די מפתים להתגייס,
און ס'קומט ארויס א פסק דין פון פוסק הדור וזקן ראש הישיבות
]20:71" :]מ'דארף מאכן א הסברה און ארויסקומען. די גרעסטע מצוה
ארויסצוקומען קעגן זיי און רעדן לשון הרע אויף זיי".
*
דערנאך קומט די באמבע ממש, ווען דער קרית יואל'ער פרעגט די פשוטע
פראגע ]30:76" :]מ'בעט די אמעריקאנער ראשי ישיבות זאלן העלפן. די
ארץ ישראל'דיגע ראשי ישיבות ווייסן נישט די אלע זאכן?" והנה, נהפך
החררה ונהפך לאבל מחולינו. גאר דער ליטווישער זקן זאגט די פאלגענדע
שאקירנדע ווערטער: "איך בעט מחילה פון די גרויסע מענטשן דארט. זיי
באקומען תמיכה"!!!!
איר פארשטייט וואס דא טוט זיך? די ווערטער זענען נישט ארויסגעקומען
פון עפעס א שארמאשע מח גדול, ווילי וואנעבי קנאי הדור, אדער רבי
זכיסעליינע איד. ניין, דאס קומט ארויס פון א "רבי חיים בערלינער", און
נאכדעם פארשטייען נישט די זאלוינים פארוואס די אמעריקאנע גאס
אנערקענט נישט אז ער איז א הגאון הגדול און זקן ראשי ישיבות.
אז ס'גיסן זיך פערלרייד, דאן קומט ווייטער פאר א רייד. הרב שעכטער
קומט ארויס מיט א באמבאסטישע דערקלערונג, זיך אייסערענדיג מיט
חכמה אויפן קרית יואל'ערס ווערטער אז גיין אין מיליטער איז ביהרג
ואל יעבור )ער ווערט געבעטן צו שעכטן זיין פלומעניק, נכד גיסו השרף
מסאטמאר-53.)
אויף דעם לייגט שעכטער צו ]14:91" :]דער רבי האט געזאגט, ס'איז יהרג
ואל יעבור. איך זאג, ס'איז יהרוג פון כלל ישראל"! פשיהא, דאס דארף מען
מודיע זיין פאר ר' זלמן סורוצקין וואס האט זעלבסט געטון פארקערט
פונעם ליטווישן פוסק וזקן הראשי ישיבות. זעט אויס אז ר' זלמן האט
ערמארדעט כלל ישראל ל"ע.
ווי שוין דערמאנט אויבן, בלייבט זיין פסק דין: "לאמיר מאכן א עצרת
הסברה בכל העולם", אויף וואס הרב שוסטאל האט געענטפערט: "ניין.
לאמיר מתפלל זיין". דאס זעלביגע חזר'ט זיך איבער ביים סוף, ווען הרב
שעכטער פאדערט ביידע: "מ'דארף מסביר זיין )עצרת( און מ'דארף
מתפלל זיין".
פירות הנושרים להלכה:
1 .סאטמאר זאל נישט קרוינען ליטווישע גאון גדול'ס, ליטווישע זקני
ראשי הישיבות, אדער הוגי דעות. פאר א סיבה זעען די ליטווישע זעלבסט
למי יאה אצלם כתר המלוכה.
2 .יוחנן כה"ג איז ביי די אכציג געווארן א צדוקי. קען מען ביי די אכציג
פלוצים ווערן א קנאי? איינער האט אמאל געהערט פון אים קנאות?
עפעס ברענט אים גאר שטארק.
3 .א געווארענער איז ערגער פון א געבארענער. וואס דער קרית יואל'ער
וואגט זיך נישט צו זאגן, זאגט דער גאון גדול בריש גלי: "זיי באקומען
תמיכה". געענדיגט!
4 .אנדערש ווי די אנדערע ליטאים, גייט ער עד הסוף. ס'גייט אים בכלל
נישט אן וואס ס'מאכט סענס, וואס ס'פאסט, און וואס איז ריכטיג. מצדו
זאל מען אים נאר געבן די שטאף, און ער וועט זיך מחיה זיין מוחה צו זיין.
פליאה דעת ממני.
5 .ס'לוינט צו לערנען ליטווישע היסטאריע, בעפאר א פסק אז ס'איז
ביהרג פון כלל ישראל. כי נמצאת מזלזל בכבודו של גאון גדול וזקן ראש
הישיבות - באמת - רבי זלמן סורוצקון זצ"ל.
6 .א פסק פון א מצוה ארויסצוקומען און רעדן לשון הרע. סיקריקים
למיניהם, כאפטס ענק מיט אויפן וואגאן פון טון נאך מצוות. נאר אזעלכע
מצוות!
7 .איינער וואונדערט זיך נאך פארוואס מ'האט )כלומרשט( נישט
אויפגענומען דעם גאון גדול אין די הייזער פון גדולי ארץ ישראל, וואס ער
מאכט אוועק זייערע דעות צוליב "זיי באקומען תמיכה"?!!!
האי פה מפיק מרגליות מקרית יואל שליט"א
אחרון אחרון חביב, הוא ניהו דער באשמוצטער טראמפ פאר א וואך צייט,
אבער קומט צום סוף צוריק מיט א קאמבעק כדבעי למיהוי, ה"ה דער
ברייטער מויל פון קרית יואל.
נישט אז ס'פעלן נישט חסרונות פון דעם פה מפיק צרורות אין יעדן
געלעגנהייט, און איבעריגע פאפע דיבורים קומען צו פליסן אפילו אין
דעם אסיפה. מיר וועלן טאקע נישט אדורכלאזן די גאווה און זעלבסט
זיכערקייט מיט קליינקעפיגע רעדעריי. פארט אבער רעדט ער די מערסטע
צום זאך, האלט זיך ביי א נושא, האלט דעם קאפ, פירט דעם שמועס,
רעדט צום זאך, פליקט אריין וועם ס'קומט זיך, און מאכט נארמאלע
באשלוסן. קודאס פארן קרית יואל'ער!
שוין ביים אנהייב, קומט אן ערשט קלאסיגע פראגע. קורץ און צום זאך
]25:32" :]וואס איז דער חילוק צווישן חוק טל פון אמאל ביז היינט?", אויף
וואס די וואנאבי עסקנים הייבן אן מיט ערקלערונגען.
ווען עמרם ט"ב זאגט די אויבנדערמאנטע חוצפה אז די ראשי ישיבות
ורבנים זעען נישט קיין פראבלעם אין די פיתויים, דריקט זיך דער קרית
יואל'ער אויס: "איך פארשטיי עס נישט", כלומר, ס'קלעבט נישט.
די בעסטע שטיקל, איז די פאלגענדע שארפע שמועס, נאך א לענגערע
גרעפצעריי פון עמרם ט"ב. יעדעס ווארט איז גין גאלד.
קרית יואל ]30:76" :]מ'בעט די אמעריקאנער ראשי ישיבות זאלן העלפן.
די ארץ ישראל'דיגע ראשי ישיבות ווייסן נישט די אלע זאכן?"
שעכטער: "איך בעט מחילה פון די גרויסע מענטשן דארט. זיי באקומען
תמיכה".
קרית יואל על ע. ט"ב: "איך גלייב נישט דעם איד קיין איין ווארט וואס ער
זאגט. ס'איז דא שמוע בין אחיכם. אנדערע ראשי ישיבות זענען מכחיש
אלעס".
פארשעי: "אבער ס'איז דא רעגירונגס פאפירן".
קרית יואל: "אויב מ'וואלט אראפגערופן יענעם צד און געהערט אנדערע
עדות, וואלט מען געהערט גאנץ אן אנדערע בילד. מ'וואלט געדארפט
מעלדן פאר א צווייטן אויך!"
פארשעי: "מ'האט גערופן מאיר פרוש, אבער..."
קרית יואל: "איך וואלט מיט מאיר פרוש נישט געזעצן. איך האב געוואלט
מ'זאל מאכן א קאמיטע און אריבערגיין צו די צד און צו די צד, נישט צו
די חברי הכנסת, צו זיי טאר מען נישט גיין. צו די רבנים און צו די רבי'ס".
בוירינג בויעררינד: "אבער זיי זאגן גארנישט" )פרעכע ליגנט, ווי ראש
ישיבת קאטלער(
קרית יואל: "זייט נישט אזא בטלן, ס'איז ארויסגעקומען פון זיי א בריוו אז
אלעס איז אין בעסטן ארדענונג. מיר קענען ארויסקומען מיט בריוו קעדן
די אלע מעשים וואס ציידים און פיתויים. יא מיר קענען, וואס גייען מיר
אויפטאן? אלע זענען מודה אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער"!
פארשעי: "מיר קענען מאכן א קול קורא אז מ'טאר נישט גיין אין
מיליטער".
קרית יואל: "מ'דארף צו מאכן אזא קול קורא? איז דען דא א מחלוקת אין
דעם?"
פארשעי: "בחורים ווייסן נישט" )שקר אדער ריינע טיפשות?(
]00:84 ]דער בוירינג ליטוואק איז אויך "מעיד שמים וארץ אז בחורים
ווייסן נישט", אויף וואס דער קרית יואל'ער איז מגיב: "אמת, א גרויסע
פראבלעם איז אז מ'שווייגט. איך האב געזאגט ברבים אז גיין אין מיליטער
איז יהרג ואל יעבור" )כאילו איינער דארף דעם קרית יואל'ערס חוות דעת,
און כאילו דאס וועט עפעס אויסמאכן. אבער טאקע דאס בלוטיגט ער, אז
אנדערע שווייגן לפי דברי הקדושים מפארשעי ובויעררינד(.
*
אצינד איז ער ממשיך צו אטאקירן די פלג'ניקעס ]45:87" :]מ'האט
געמאכט א קאמף איבער יא שטעלן, נישט שטעלן. דאס מאכט קליע
די גאנצע מערכה", אויף וואס דער פארשעי'ער איז מגיב - פאסיג - שלא
מן הענין, די אויבנדערמאנטע ווערטער אז א מגי"ש האט געזאגט פאר א
סאטמארע בחור אז ס'נישט קיין פראבלעם צו גיין אין מיליטער...
שפעטער איז דער קרית יואל'ער ממשיך צו פרעגן שארף און צום ציל
]30:92" :]וואס איז מען מחליט? וואס איז די עצה? וואס וויל מען דא
ארויסברענגען?", און דער קאסאנער חכם איז פותח את פיו: "מ'דארף
ארויסברענגען פאר דעם יונגען דור דעם חומר הענין פון גיין אין מיליטער.
אונז עלטערע אידן מיינען אז די יונגערע דור פארשטייען".
ווען דער נאר איז נישט מיינס, וואלט איך אויך געלאכט.
דאס זעלביגע פאסירט ממש א מינוט שפעטער, ווען דער קרית יואל'ער
פרעגט: "איר ווילט זאגן פאר אמעריקע אדער פאר ארץ ישראל?
גייען דאס די ראשי ישיבות אין ארץ ישראל אונטערשרייבן? איך קען
אונטערשרייבן אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער, אבער וועט וועט דאס
צוהאלטן אין ארץ ישראל?"
אויף די וואלידע פראגע, קומט א פיקחות'דיגע תירוץ, נוסח קאסאני:
"פארוואס ווען מ'האט מוחה געווען קעגן ילדי צרת, ילדי תימן, פארוואס
האט מען דעמאלט יא געקענט?", און דער קרית יואלער ערקלערט
בפשיטות: "די ארץ ישראל'דיגע האבן אויך מוחה געווען, דאהי אויכעט.
איר מוז האבן ארץ ישראל צו דעם".
דער קאסאנער ברעכט זיך, אז מ'דארף טאקע מאכן אן אויפוועקונג
דערצו, און דער קרית יואל'ער פריידט זיך אז ענדליך פארשטייט מען וואס
ער רעדט, אז די "ארץ ישראל'דיגע רבנים דארפן צוהאלטן".
---
אקעי, חברה, איך האב שוין נישט קיין כח, נערוון, און צייט נאכצוברענגען
אלעס וואס ער האט געזאגט. אבער כאטש איבערליינען די טראנסקריפט
קען יעדער טון, און זיך איבערצייגן אז טראץ זיין גראבע ברייטע שפראך,
טראץ זיין אני ואפסי עוד וואס האט "קאנעקשאנס" מיט ארץ ישראל'דיגע
רבי'ס, און איז גרייט צו "דרש'ענען אין ארץ ישראל" דערוועגן, און זיין
פערזענליכע אטאקע - מיט רעכט - קעגן הסיקריק הידוע ע. ט"ב, האט
ער פארט די מערסט גערעדט צום זאך, געפירט די שמועס, און די
וויכטיגסטע: פאקטיש האט זיך יעדער געבראכן צו זיין מיינונג!
ער האט געווינען די שמועס, און ס'איז לדעתי געווען א שטיקל הכתרה
פאר אים אלץ עמטליכע דעה זאגער צווישן רבנים וואס זענען אפילו נישט
אפיליאירט מיט זיין לאגער )שלא כאדמו"ר מוויליאמפעסט ובראקעליס
ענד פאטעיטעס, וואס האט געהאט א ריזן הכתרה, אבער נאר אינערהאלב
אלע חסידי פאטעיטעס(.
סוף דבר הכל נשמע
א פחד צו קוקן אז דאס זענען אונזערע מנהיגים, אן עקל צו הערן די
וואנאביס עסקנים ורבנים, א תמהון לבב צו זען א בערלינער ווערן א
קנאי, אן אפשיי צו זען מרן קאטלער מרנ'ען אויף אונזערע קעפ, און...
אן אומגלויבליכער התדרדרות הרוחני אז דער קרית יואלער איז גאר
ארויסגעקומען די נארמאלסטע מענטש מיט די קלארסטע ווערטער און
מיינונג, אנע פליפ פלאפס, צווישן די גאנצע געהענגעל רבנים ועסקנים.
טרם אסגור את פי האריה השואג, וויל איך איבערבעטן אלע רבנים וכו'
וואס איך האב מזלזל געווען בכבודם מתוך ריתחא דשיחייתא, אבער אויב
מ'לייגט א מענטש פאר א קובה של זונות, אדער לחלופין פאר א אסיפת
רבנים וואס זענען נישט חייש לזילותא דבי דינא מיטן רעדן וואס זיי האבן
צאמגערעדט, איז מה יעשה הבן שלא יחטא?
והוא רחום יכפר וכו'.דערמאן יא דיין הייליג נאמען

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.