רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 9 ביולי 2017

עקש ופתלתול!!! - ח"א

מאת זאלוני

עס איז באקאנט די קשי' אויב איז מען אן עקש, וואס נאך מיינט ופתלתול?
ווי אזוי ווערט מען צוויי מאל פארדרייט?
* * *

שמערל איז געווען א איד א קנאפער יודע ספר, און א גאר פארגרעבטער עם הארץ, מאכט זיך אמאל פרייטאג צונאכטס, אז ביי קידוש האט זיך שמערל דערזעהן אן קיין וויין אויפן טיש.
נו...! דארף מען דאך אראפגיין אין קעלער, ארויסשעפן פונעם פאס א ניים פלעשל וויין כדי צו קענען קידוש מאכן, אבער א גרויסן פראבלעם ווען ער זעהט אז אינעם קעלער איז חושך ואפילה.
שמערל טראכט נישט קיין סאך, און ער נעמט רח"ל א לעכט אין די האנט אריין בעצם יום השבת צינדט ער דאס אן, און ער רופט זיין גוי'אישער משרת זאל מיטקומען מיט אים אינאיינעם אינעם קעלער אריין צו ארויסהעלפן ארויפברענגן דעם וויין. אזוי גייט שמערל מיטן ליכט, און דער גוי מיטן באטל וויין.
עקש! איז שמערל פארן מחלל שבת זיין
ופתלתול! איז דאס וואס דער גוי איז מכובד געווארן מיטן ארויפברענגן דעם וויין.
וואלט געווען פארקערט שמערל מיטן וויין און דער גוי מיטן ליכט, וואלט דאך געווען מנוחה ושמחה אור ליהודים יום שבתון יום מחמדים. אבער אויז ווי עס איז דא עקש ופתלתול, איז דא חילול שבת און די וויין איז יין נסך!
* * *
דער נמשל איז מובן מאליו.
עקש! איז אראפצורייסן בכל עת מצוא די ירושלימ'ער קנאים, דארונטער הגר"ש אויערבאך מיט זייערע מערכות נגד גזירת שמד הגיוס
ופתלתול! איז דאס אויסרימען און מכבד זיין און מחפה זיין בכל עת מצוא דעם ר"י פון בני ברק און זיינע חסידישע מיטהעלפער און נאכפאלגער.
עקש! איז אויפצוהאלטן א כינוס מחאה צוליב די בקשה פון די גדולי ראשי ישיבות פון דגל התורה
ופתלתול! איז ארויסצוקומען מיט 4 טאג שפעטער מיט א פאדערשטע זייט צייטונג און מדמה זיין די זעלבע ראשי ישיבות צו טראמפ.
עקש! איז אויפצונעמען דעם ראש העיר בביתו נאווה אויף 5 צאנז קאורט ביותרת הכבוד.
ופתלתול! צו באטיטלען א ראש העיר אלס דער זעלבן רשע ווי דעם ראש הממשלה
עקש! איז צו באטיטלען דעם יעצטיגן גזירת שמד הגיוס אז "מען דארף זיין א לויער צו פארשטיין די גזירה וואס שטעקט דערין"
ופתלתול! ביים באטאנען די שעדליכקייט פון גיין אין.... תפיסה
עקש! בשעת ווען מען האט געגראבן קברים אין בית שמש צו שרייען "בעיקר דארף מען לוחם זיין אקעגן דעם ברענעדיגן נושא פון גיוס"
ופתלתול! אז יעצט ווען דאס יהדות החרדית איז וואך,

אנצונעמען א פיל מויל מיט וואסער און שווייגן און - פרובירן - דערשטיקן יעדן קול מחאה
עקש! צו וויינען מיט בכל עת מצוא מיט קראקידעל טרערן ווי דער געניטסטער שוי שפילער.
ופתלתול! צו באטיטלען א ספארד'ישער משגיח - וואס באוויינט ביטערליך 5 אוועקגעפאלענע תלמידים - אלס א שוי שפילער
עקש! צו אונטערברענגן דעם געפלאנטן יובל השלושים בשנת תשס"ח למען המוסד הק' 'קרן הצלה' לטובת חינוך הטהור בארה"ק - צוליב פאליטיק פון מי בראש
ופתלתול! צו פירן א מערכת חרמה לעמוד לימינם פון די בוגדי חינוך הטהור במוסד "חכמת לב".
עקש! צו פארשפארן די קרית יואל'ער גאסן פאר לאנגע שעה'ן ביום ל"ג בעומר, און אריינ'נער'ן פופציג טויזענט תמימות'דיגע אידן צו א ספאנטאנער מחאה/הדלקה אן פונקטליך אדורכטוהן די פרטי הדברים פון די גזירה אין וואס דער 'מעסעדזש' פון דער מחאה, אין די זיכערע באטייליגונג פון אלע שיכטן און קרייזן.
ופתלתול! צו אראפרייסן די ירושלי'מער קנאים און מעשי פראות מיטן פארמאכן שאסייען בחוצות וברחובות העיר כדת של תורה
עקש! צו פאררופן א פלוצים'דיגער ד' קרח פראטעסט - אן קיין אסיפת הרבנים - און אליינס באשליסן דאס אפצושטיפן אויף א' חקת - צוליב א געפלאנטע לעיקוואודער באטייליגונג וואס איז למעשה נישט צושטאנד געקומען.
ופתלתול! נישט צו קומען צו א פון לאנג פאראויס באשטימטער (און 2 וואכן אפגעשטופטער כרצון רביה"ק זי"ע) כינוס ומחאה, ווייל................... (ווענדט זיך ווען און וועמען די פרעגסט)

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.