רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 9 ביולי 2017

הזאלונים מכנים את האהרוני טראמפ

מאת זאלוני

פון אלע לינקע אמעריקאנע חסידים האט ארויסגעשפריצט די וואך זייער יארן לאנגער אנגעגעסנהייט מיט דעם ארוני'ס שרייען און פליקן דעם וואך די אסיפה פון זונטאג אין מאנסי מיט אלע גדולי ראשי ישיבות און חסידישע רעבעס ורבנים ובראשם פוסק הדור ר' חצקאל ראטה שליט"א.


איך האב פונקט נעכטן געהערט איינעם ערקלערן: "אז צווישן די טראמפ סעפארטערס איז די רובי דמינכרא טאקע קליינע מוחות אין געווענליך די זייער לוי עדיקעיטעד, אבער די ביסל בריייטע מענטשן וואס האבן אים יא געשטיצט, קומט עס מחמת אזא איינגעגעסענע שנאת הילערי אז ממש מקען נישט זעהן גראד."
וכן הוא בבן גילו אהרן חרינער הקר"י כאטש וואס יעדער נארמאלע מענטש וואס קוקט די אסיפה שרייט אז דער איז געהעריג צורידערט... אין עס קוקט אויס ווי טראמפ ביי די רעפובליקאנע דיבאטעס... דאך קענסטו טרעפן איטליכע קליגע וואס זייער שנאת הקנאים איז אזוי גרויס אז ער ווערט פארבלענדעט פון דעם אהרוני'ס פרעכהייט און שחצנות פון זיך שטעלן אויף די לינקע זייט און ער קען גאר האלטן אז דער איז גאר נארמאל.. ס'איז דא פון זיי נארמאלע אידן אבער שנאת הקנאים ווי ר' עמרם טייטעלבוים הי"ו העבירם על דעתם.
בכלל געפעלט מיר ווי מען רעדט פון וואנע ביס, (האחים האדמורי"ם מקאסן שליט"א) אין מען מאכט ליצנות פון זיי ווען זיי כאטשיג קומט זיך קרעדיט פארן זיין ווער זיי זענען, דער וואנע בי רשכבה"ג דער אויסגעשפיגענער פון סאטמער דער נארישער ארוני איז דאך אפילו אומגעלונגען צי ירשענען א חסידות ער האט ברוך ה' געמענידשט צו פארלירן רוב דערפון... - וואט ע סוקסעס...
די אפגעפליקטע אוי.טי.די. לינקע חברה גיסן קיתונית של שופכים מיט די ערגסטע לשונות אויף הרבי מפארשעי-קאסן שליט"א אלץ ווייל סאיז משמע פון זיינע ווערטער ברמיזא א זלזול אין די גדעילים פון ארץ ישראל אין די זעלבע גיסו זיי גארבידזש מיט די ארגסטע גיפט און ליצנות אויף די אמעריקאנע ראשי ישובות ר' מלכיאל הרב שוסטל ר' אלי' בער ר' אהרן שעכטער וכו'... א מין היפיקראסיע! א ליטווישער ראס יאסיווע וואס שטעלט זיך צו צו סאטמאר איז א בעיבי א באגאבונט א לץ אבער די רשע יעסעוועקעס וואס וואונען אין די מרחקים און זאגן נישט גארנישט זיי זענען פלוצעם הייליג ביי די אפגעפארענע אמעריקאנע באמעס...
געפעלט מיר, אהרן טייטעלבוים איז ביי זיי א גאנצע הערא אין ער מעג פלוצלונג רעדן אין טוישן מיינונגען ווי זאקן, אבער דער פארשעיער טאר נישט נעמען קיין קנאותדיגע שטעלע ווייל ער איז קיינמאל נישט געווען קיין קנאי...
ממש סדערמאנט מיר פון די איצטיגע אמעריקאנע פרעזידענט וואלן ווי ווער סהאט געזאגט א האלבע ווארט קעגן זייער טראמפ איז ? יא.. דזשעלעסי.. וואנע בי..
פאר זיי די אמעריקאנע לינקע ליידיגייער "איז א גרויל ווען א ליטאי מיט ביליגע אינטערעסן דערקלערט זיך א קנאי" אבער דער גרויל פון א קנאי, ווי דער ארוני, מיט ביליגע אינטערעסן, וואס דערקלערט זיך אלץ נארמאלע מענטש דאס זעהן זיי נישט... אין בכלל איז עס נישט צו מדמה זיין, וואס ר מלכיאלס אינטערעסן ווייס איך נאך נישט קראנט, וואס אהרן'ס אינטערסן איז דא, שרייט דאך פון יעדע ווארט, געטוישט מיינונגען אויף די יעצטיגע נושא שוין זיבן מאל, אין ווי נאריש און נאאיוו דארף מען זיין צו גלייבן אז דער אהרוני איז א מענטש וואס מאכט נישט קיין ווילדע זאכן... קיין דעסיזשאנס פארן רעדן מיט די רבנים אינוואלוואד... אזוי ווי ער טוט אייביג... ווי למשל ווען ער האקט יעדע שני וחמישי אויף ר' שמואל אויערבאך האט ער פאר דעם געשיקט הערן זיין מיינונג.. אין די אלע שרייענדיגע אינטערעסן באמערקן זיי נישט בכלל. נאר קעגן ר' מלכיאל קעגן ר' אהרן שעכטער קעגן ר' דוד שוסטאל קעגן ר' אלי' בער וואכטפויגל וכו'.
פאפא רבי איז פלוצלינג ''א קלוגער איד'' און די ''ארונישע טעראריסטן'' וואס שלאגן און פארברענען די בני יואל און ווער עס האלט נאר אנדערש פון זיי זענען גאר פלוצלינג די ''נועם המידות''
די אמת'ע מסקנא איז אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי געווינען ביי פרעמדע קרייזען! קיינער דארף דיך נישט מיילא, יעדער לעבט זיין לעבן אין ר ישראל וויזנצער צו מהרמ"ד מבאבוב וועט זערא פארדינען אז איך האלט אז זייער בר פלוגתא איז באמת א בר פלוגתא פאר דעים קרית יואלען מנהיג..
מהרז"ל האט שכל אין ער האט כאטש געווינען גאר שטארק זיין אייגענע באזע אין דאס איז ווי די "באק סטאפס.." ער האט ציזאמגענומען אלע פון זיינע פראקציעס, אין פארדינט זעלטענע רעספעקט ביי זיין גאנצע ציבור, אין ביי אלע סאטמאר געשטימטע רבנים אין עז ע סייד באנאס האט ער נאך הרב שכטר קוטלר פעלדמאן אויערבאך אין די זייט.. אין דאס איז וואט רילי מעטטערס..
דער נייער חכם אהרן וואס געט אן הסכמה אויף פאפא רב'ס חכמה, האט טאקע געטוהן א סערוויס פאר זיינע וואטס עפפ אין קאווע שטיבל יונגעלייט אין זיי באקומען א זעלטענע חיבוק הדוב פון אלע לינקע קרייזען.. אבער.. ער לאזט איבער זיין ערענסטע ציבור צופראסקעט אין צומישט! די מערכה האט שוין געקאסט א בלאט רעדאקטאר, און צענדליגע ארונים, ובתוכם חשובע רבנים וואס האבן זיך אויסגעפיפען אופן אין להשתתף צעטל.. אין מיין פילינג איז אז מאר טו קאם..
לסיום, איך האב געזעהן א שיין ווארט וואס איז זייער פאסיג אהער להאהרוני נעבעך: "סשטייט מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם, סמאכט זיך אמאל א מענטש מיט זייער ליבאראלע מידות אין מיינונגען אין ער וועט פארענטפערן אפילו עושי רשע, ווי אויך איז דא גאר שארפע קנאים וואס דערהייבן נישט קיין אומרעכט אין זיי וועלן זיין מרשיע צדיק.. אבער תועבת ה' איז ווען סאיז גם שניהם! אז אויף דעם רשע טרעפט מען 100 הסברים פארוואס ער איז בארעכטיגט, אין אויף דעם ערליכען יוד טרעפט מען נאר סיבות אין הסברים אים מרשיע צו זיין

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.