רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 27 ביוני 2017

קנאים זועקים גיוואלד על מעשה הנבלה שעשה הפעלצער כשקיבל את השר הציוני

דאס לעצט ביסל פארבליענע הייפעלע ערליכע אידן, השרידים אשר ד' קורא, זענען נעבעך אויך פארכאפט געווארן אין די קליפה הציונית.

אלס פאר א ביסל געלט פארקויפט מען די גאנצע אמונה, דאס גאנצע אידישקייט

תורה תורה חגרי שק והתפלשו באפרים.

אם בארזים נפלה שלהבת מה יענו אזובי הקיר

און דאס אלס קומט ווייל פאר'ן הכשר פון די עדה מכלומר'שט איז מען מתיר איסורים דאורייתא אזוי ווי התחברות לרשעים רח"ל וואס איז ממש פון די ג' עבירות החמורות ע"ז ג"ע ושפ"ד רח"ל.

זו חטאת וזו פריה!

אזוי ווי די אמת'ע גדולי ישראל האבן שוין פאראויס געזעהן מיט פערציג יאהר צוריק, ווען די אזוי גערופענע עדה "חרדית" איז ארויס קעגן די צדיקי הדור מיט ליצנות און דברי בלע, האבן די אמת'ע צדיקים שוין דאמאלס געזאגט אז ס'וועט נאך נתגלה ווערן קלונם ברבים

וויי פאר אונז אז מיר האבן דערלעבט צו זעהן ווי א רב מיט בארד און פיאות, שטריימל און בעקיטשע, חנפ'ט זיך און ביקט זיך צו א רשע א אפיקורס וואס איז פון די ראשי המתגרים באומות און שטייט בראש פון די הארבע עבירה פון עובר זיין אויף די שלוש שבועות און פון ארויף גיין אויפ'ן הר הבית בטומאה רח"ל וואס איז איסורי כריתות רח"ל תוך מפקיר זיין אויפ'ן גרעסטן פארנעם אידיש בלוט אויף די גאנצע וועלט

און טאמער איז דאס נאך נישט גענוג געווען, האט ער נאך געדארפט צוגעבן א "מתנה" מיט זיין חתימה און שרייבן דברי חנופה צו דעם גרויסן רשע. *און אלס פאר א פאר טשיקן'ס*.

הבדלו מתוך העדה הרעה הזאת שבגדו בדרך אבותיהם ורבותיהם הק' שמסרו נפשם על שיטת ההתבדלות וכו' והם נפגשים בריש גלי עם ראשי הכופרים ופורצים גדרות ראשונים אשר נלחמו בחירוף נפש על הדבר הזה


היהדות הנאמנה

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה