רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 12 בפברואר 2016

מכתב לוועד לטוהר המחנה מאחד העסקנים החשובים בלונדון

א"כ הרבנים הגאונים והעסקנים החשובים של וועד לטוהר המחנה שליט"א.

באתי בזה לעורר:

די פשוט'ע משמעות פון דעם פסק אז מ'טאר נישט האבן א סמארטפאון אין ביהמ"ד איז דערפון קלאר אז:

אינדרויסן פון ביהמ"ד איז עס מותר

(ווען עס שטייט למשל אז שבת איז אסור צו גיין חוץ לתחום פארשטייט יעדעס קינד אז אינדערוואכן איז מותר).

ממילא קען ח"ו פון דעם פסק ארויס קומען א מכשול אז אינדרויסן פון ביהמ"ד איז א סמארטפאון כשר וישר רח"ל.

ע"כ וואלט לכאורה געווען וויכטיג אז די מודעה זאלן קלאר שטעלן אז דער פסק באציעט זיך נישט בנוגע די השתמשות פון די כלי הטעכנאלאגיע (סמארטפאון) בדרך כלל נאר בלויז בנוגע דעם ענין פון קדושת בית המדרש.

ביטע זעהן דא בייגעלייגט א דוגמא פון א מודעה ווי עס ווערט קלאר ארויס געברענגט אז:

א. די כלי הטעכנאלאגיע האבן גורם געווען אסאך מכשולות.

ב. די תקנה באציט זיך בלויז אויף איינע פון די מכשולות (קדושת ביהמ"ד).

ג. די תקנה (קדושת ביהמ"ד) איז בנוסף צו אנדערע תקנות (וואס יעדע קהלה איז מתקן לויט די הוראה פון זייערע מנהיגים).

הצלחה רבה בכל מעשי ידיכם.

אשר אנשיל גראד


אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.