רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 1 בדצמבר 2015

כשרות מהדרין בלאף וויליאמסבורג

לכבוד העומד בראש מערכות ישראל הלוחם נגד השקר מרן ר׳ חיים שאולסאן שליט״א

פאריגע וואך האט מען מפרסם געמאכט אויף אייער בלאג דעם אמת אז קאהן׳ס בוטשער אויף פלאשינג עוועניו אין וויליאמסבורג וואס נארט דעם עולם המדקדקים און שרייבט אז זיין פלייש איז מהודר
איז א שקרן וכזבן ער נוצט צלע י״ב וואס איז אסור לרוב הפוסקים אפילו אין אונגארן האט עס דער לבושי מרדכי געאסערט אלץ חלב דאורייתא  און ער רעכענט פאר זיינע פאלשע מהודרדיגע פלייש דריי מאל די פרייז פון נארמאל גלאט כשר
און איך האב געמיינט אז ווער לייענט דען שאולסאן און מתתי קאהן מיט זיינע פאלשע רבנים מכשירים וואס זענען מכשיל הרבים וועלן זיך אויסלאכען
דערווייל פאריגע וואך בין איך געווען אין בוטשער אויף פלאשינג און הונדערטער טעלעפאן קאללס זענען אריינגעקומען פון גאנץ ניו יארק אויב עס איז אמת וואס שאולסאן שרייבט אז מען האט אנגעהויבן צו נוצען צלע י״ב און מען פיטערט די מדקדקים מיט געאסערטן חלב וואס איז אויסגעזאלצען צוזאמען מיט די כשרע און מליחה אסערט כולו ווייל מליח הרי הוא כרותח
איינער האט געמאכט קאפיס פון די שטיקל אין שאולסאן בלאג און עס צוטיילט אויף אלע גאסען אין וויליאמסבורג
קאהןס שקצים זענען ארומגעלאפן עס פארניכטען 
נעכטן האט מתתי קאהן  געהאלטן א אינטערוויא אויף קול מבשר אז זיין רב המכשיר זאגט אז מען מעג עסען צלע י״ב ער איז מחולק מיט אלע ראשונים ואחרונים און איז מאכיל חלב פאר יודען וואס דארפן דאס נישט חס מלהזכיר
טייערער רב חיים שליט״א אייער ווארט הערט מען בכל קצוי תבל לאזט אייך נישט פון דעם קל וואס וועגען א פאר דאללער פארטארפענט ער די שטאט און נארט אויס דעם עולם אז זיין בהמה פלייש איז מהודר בשעת ער האט משנה געווען פון אלע יארן בלא ידיעת הבעלי בתים צו געבען פארן עולם וואס מען האט קיינמאל נישט גענוצט א חרפה ובושה
מצוה לגלות החנפים מפני חילול השם יתברך שמו

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.