רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 30 בנובמבר 2015

א שטריימעל מלחמה!

מזל טוב! יודל מאנדל האט א שידוך געטון אין די שטריימעל סחורים האבן זיך אנגעהויבן רייבן די ציין פאר אזא פעט ביינדל ווי יודי מאנדל אין פארשטייט זיך יעדער האט געוואלט ער זאל קומען קויפן ביי אים, די חתן זיך נאכפרעגענדיג ביי די חבירים אין זיך קענען מיט יואלי פריעד וואס טוט פאר מיללער שטריימליך זייער מארקעטינג האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער קויפן ביי מיללער אין יודי האט געזאגט פארן חתן אז טאמער ער גייט צי מיללער גיי ער אויך אין זיי האבן ביידע באשטעלט ביי מיללער,  2 וואכן דערנאך האט הערשי לערנער אנגערופן יודי אז ער האט יעצט ספעציעל גוטע שפיצן אין ער וויל אים מאכן א שטריימעל אין יודי האט פארשטייט זיך אים געזאגט אקעי מאך מיך א שטריימעל,  יעצט 2 וואכן ביפארן חתונה האט די חתן אויפגעפיקט פין מיללער זיין שטריימעל אין יודי פין מיללער אין פין לערנער,  דעם שבת ביי די באווארפן האט יודי אנגעטון ביי איין סעודה די מיללער אין ביי איין סעודה די לערנער, קרויס זיך דערזענדיג אינדרויסן גענצליך פין בילד האט עס אים זייער שטארק געבאדערט פלאס וואס יודי איז אמאל געווען א גרויסע קרויס קאסטאמער האט ער געשיקט זייער אגענט יואלי לעיוו זאל גיין אראפדרייען יודי'ס קאפ זאל נעמען פין קרויס אויך, אבער יודי האט זיך נישט געלאזט פין אים,  שבת ציפרי איז די חתן אזוי ווי רוב חתנים געקומען מיטן רעגן שטריימעל אין שול אין א מיניט ביפאר הודו קומט יואלי לעיוו פין קרויס שטריימליך צי צום חתן מיט א שטריימעל אין זאגט אים אז ס'פאסט נישט אז ער זאל גיין מיט א רעגן שטריימעל ביים באווארפן אין ער האט דא א שטריימעל וואס ער קען אנטון יעצט פארן באווארפן, דער חתן נישט וועלנדיג מאכן קיין עסק האט עס פארשטייט זיך עס אנגעטון אין געזאגט פאר לעיוו זאל עס ציריקנעמען תיכף נאכן דאווענען אבער לעיוו איז ווי פארשוואונדען געווארן מיינענדיג אז די חתן גייט בלייבן דערמיט, מוצאי שבת האט עס די חתן ציריקגעטראגן פאר קרויס זאגענדיג אז ער איז זייער ציפרידען מיט די מיללער שטריימעל אין ער דארף נישט נאך א שטריימעל, יעצט א שעה ביפארן חתונה איז יואלי לעיוו פריש אנגעקומען צי יודי מאנדל אינדערהיים מיט א שטריימעל בעטנדיג אז די חתן זאל אנטון ביי די חתונה א קרויס שטריימעל אין ער דארף נישט קיין געלט דערפאר,  יודי מאנדל האט געזאגט פאר יואלי לעיוו זאל זיך אפטראגן פין אים אין זיי זענען זייער ציפרידען פין מיללער אין ער זאל אים נישט מאכן קיין קאפ ווויי.  אזוי קוקט אויס ווען די קאמפיטישאנס שלאגן זיך ווי קינדער.
---

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה