רשימת הבלוגים שלי

יום רביעי, 15 ביולי 2015

זיך גרייטן פאר נאך מסירות די קומענדיגע וואך


מאת סאטמארער

כ'וויל געבן אן אפדעיט דא פאר'ן גאנצן עולם. כ'האב פריער אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט דזשיבויער רב (באקאנט פאר די ניו יארקער אידן אלס נואם הכבוד ביי כינוס כלל ישראל).
כ'האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט זיין אזוי צעקאכט און פארווייטאגט וועגן די פרשה (די גאנצע פרשה, נישט נאר די לעצטע מיאוס'ע שריט). וועגן ר' משה מנחם איז ער געווען אינגאנצן צעבראכן ער האט געפילט אומבאקוועם צו רעדן וועגן דעם, ער איז דאך א דיפלאמאט, אבער ער האט זיך ארויסגעכאפט לשונות.
יעצט עטץ ווייסטס אז איך בין אייביג נזהר געווען אין ר' משה מנחם'ס כבוד נישט קיין חילוק וואס אנדערע דא האלטן אויף אים, אפי' מיט אלעם וואס ער האט געטוהן פאר אונז און פאר'ן רבי'ן שליט"א, דארף מען למעשה האבן דרך ארץ פאר א איד א תלמיד חכם, אבער נאכ'ן מיטהאלטן ערשטהאנטיג וואס דא גייט פאר, בין איך ממש צעשאקלט געווארן. די תוה"ק זאגט השוחד יעור עיני חכמים. די תורה ברויך נישט מיינע הוכחות, אבער יעצט זעט מען עס ממש בחוש ווי ר' משה מנחם ווערט געפירט ווי א פאפעט נאך זיין גרעסטער געלט שטיצער מרדכי קאהן און שלעפט אריין די גאנצע ווייטאגליכע פרשה אין ערכאות!
דזשיבויער רב האט ממש געוויינט צו מיר און זיך געבעטן אויב איך קען עפעס טוהן צו ראטעווען דעם שרעקליכן חילול ה'( ער וויל כ'זאל רעדן צו משה מארוויטער) ער זאגט אז דא שלעפט זיך אריין אין ערכאות, פלאס, א גט וואס קומט דורך פרעשור פון געריכט איז לויט אלע היימישע קאנאדישע רבנים א גט מעושה - א געצווינגענע גט וואס איז גארנישט ווערד. (מיר געדענקען נאך גוט ווי דער רבי זז"ג האט מלחמה געהאלטן איבער לאנדעסמאן און אנדערע). ער האט מיר געזאגט אז אויב מרדכי קאהן גייט פאראויס מיט זיין פלאן צו אימפארטירן שלושה רועי בקר צו פראווען א גט מעושה אונטערן נאז פון די רבני העיר וועט די שטאט פלאקערן!
איך ווייס אז דזשיבויער רב האט געהאט מערערע מיטינגען וועגן דעם, און ער איז מיט געשלאסענע הענט. ער האט זיך צו מיר אויסגעדרוקט "אז מרדכי קאהן וויל זיך פירן ווי א גוי, איז איין זאך, אבער ער זאל נאך האבן די שטיצע פון ר' משה מנחם איז דאך א שרעקליכע מעסער שטאך אין די תורה!"
עטץ ווייסטס אז איך קויף נישט אלעס אפ, כ'האב אליינס געליינט די דאקומענטן, און ס'איז באמת אומגלויבליך. אין א מאושען וואס מרדכי קאהן האט די וואך אריינגעגעבן אין קאורט האט ער פארלאנגט – נישט מער און נישט ווייניגער - אז די געריכט זאל ארויסווארפן די צענדליגע בריוון פון ערליכע רבנים היושבין על מדין, דערקלערענדיג אז די אידישע רעליגיע איז נישט בינדענט פאר א קאנאדישע בירגער!! דא איז די לשון: "The opinions of religious authorities are not relevant to the Supreme Court and its jurisdiction." עפ"ל.
ביז אהער איז די לעצטיגע פאסירונגען. און איך האלט אז אונז דארף מיר זיך לאזן הערן. אלע רבנים פון שטאט זעען וואס דא גייט פאר, און דער איינער ר' משה מנחם איז געקידנעפט דורך זיין געלט-געבער און ער שלאגט מיט יעדן כפרות. ס'איז א וויי געשריי ווען ס'ווערט געטוהן אונטער די מאנטל פון תורה.

 "Defendant Schimmer made substantial donations, millions of dollars over the years, to various charitable entities. The destination of these funds are unclear. Those funds end up leaving Canada to entities in the United States and Israel."
דאס איז שרעקוועדיגע אויסצוג פון א פרישע און פרעכע מסירה לשם מסירה וואס מרדכי קאהן, ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטרעאל, האט אריינגעגעבן פרייטאג קעגן זיין איידעם'ס פארצווייגטע צדקה אקטיוויטעטן. מרדכי קאהן טענה'ט אז זיין איידעם'ס צדקה פאר מוסדות התורה וחסד, אריינגערעכנט מוסדות יט"ל אין א"י, איז אימלעגאל און מאני לאנדרינג!
יעדער חדר אינגל ווייסט אז אין די היינטיגע עפאכע נאך 9/11 אונטער די אנטי טעראריזםAML  געזעצן ווערן אזוינע מאני לאנדרינג קלאגעס תיכף אויסגעפארשט דורך די ארטיגע גאווערענמענט אגעטורן און באריכטעט צו אנדערע אגעטורן און פינאנציעלע אינסטיטוציעס. וויבאלד מרדכי קאהן'ס מסירה אינוואלד אינטערנאציאנאלע גרעניצן ריפט דאס תיכף אריין די סי. איי. עי., א ספעציפישע עף. בי. איי. טעסק פארס יוניט און די גלאבאלע FATF. איינמאל מוסדות התורה זענען אויף די אויספארשונג ראדאר, אחריתו מי ישורנה! היל"ת!
ווער וויל זיך נאכאמאל אויפוועקן צופרי צו בילדער אויפן טעלעפאן פון פארשוינען מיט געלע בוכשטאבן אויפן ריקן איבער די וויליאמסבורג'ער גאסן ארויספירענדיג שאכטלעך מיט דאקומענטן און קאמפויטערס פון די אפיסעס פון מוסדות התורה?! האבן מיר נישט געניג געליטן די לעצטע פאר יאר?!!!
פרייטאג איז אפגעהאלטן געווארן א זיצונג מיט סאטמאר'ע רבי ווי די צרה וואס הענגט יעצט אויף סאטמאר מוסדות און אנדערע צדקה ארגענעזאציע אפעקטירט ביי מרדכע קאהן'ס מסירה איז באהאנדעלט געווארן, ווי אלע שאנדפולע געריכטליכע מסירה דאקומענטן זענען פארגעליינט געווארן.
סאטמאר'ע רבי האט תיכף אנגעריפן זיין ראה"ק מיט א שארפע ווארענונג ער זאל חוזר זיין און אפשטעלן די שפיל מיט פייער בעוד מועד. מרדכי קאהן האט זיך אנטזאגט פון צוקומען צום טעלעפאן. אנשטאט האט ער מיט חוצפה געשיקט זיין שיק אינגל שמחה בונם שווארץ זיך מתווכח זיין מיטן סאטמאר רבי. דער רבי האט אים געגעבן א שארפע מעסעדזש אז די מסירות בפרט און ערכאות בכלל מיז זיך תיכף אויפהערן!
שבת ביים ליינען האט מרדכי קאהן, וועלכער איז עומד במורדו, געזאגט פאר זיין איידעם אז ער זאל זיך גרייטן פאר נאך מסירות די קומענדיגע וואך ווייל קיינער וועט אים, מרדכי קאהן דער עושר און מאני לאנדערער זעלבסט, נישט איינטיילן וואס צו טוהן!
דער בוכ"ע זאל שומר ומציל זיין כלל ישראל פון דילטורין בישראל!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.