רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 10 ביולי 2015

מנשה לוסטיג זאגט

ס'געווען א יוד, וואס איז אנטלאפן מיט א קליינעם שיפל - מיט זיין פרוי און קינדער - פון די שפאנישע איקוויזיציע ימ''ש.
אינמיטן ים, איז אראפגעקומען א בליץ, און אומגעברענגט זיין פרוי, נישט לאנג דערנאך, איז געקומען א שטורעם, און אריינגשליידערט זיינע קינדער אינעם ים.
ער האט זיך געטראפן שטיין איינער אליינס אויף א פארווארפן אינדזל, בורפיסיג צעבראכן און פארלוירן, און ער הייבט אויף זיינע הענט און אויגן לאבינו שבשמים, און זאגט הויעך:
ריבון העולמים! איינציגער טאטע, איך בין אנטלאפן פון שפאניע, און דא אהער געראטעוועט געווארען, פארוואס? נאר כדי איך זאל דיר הייליגע גאט ב''ה קענען דינען אן קיין שום שטער, צו מקיים זיין דיינע ליבע הייליגע מצוות, און מקדש זיין דיין הייליגן נאמען.
אבער רבונו של עולם, אסאך איז געשען, וואס האט געקענט גורם זיין, אז איך זאל חלילה וחס איבערלאזען יודישקייט רח''ל.
טאטע! אויב מיינסטו אז די אלע נסיונות וועלן מיר אראפ'פירן פונעם דרך הישר, זאג איך דיר קלאר און הויעך – ניין!
כ'זאג דיר ליבע גאט, אלוקי ואלוקי אבותי, דאס וועט קיינמאל מיט מיר נישט פאסירן בכלל.
קענסט מיר דערדרוקן, קענסט מיר אוועקנעמען דאס טייערסטע, קענסט מיר מאכן יסורים ביז צום טויט, אבער איך וועל שטעדינג בלייבן א געטרייע יוד! א יוד בין איך געבוירן, און א יוד וועל איך אלץ בלייבן!
גאט ברוך הוא, ישתבח שמך לעולמי עד, אלוקי הנקמות, אלוקי האמת והמשפט, ס'וועט קומען די טאג ווען ס'וועט אויפשיינען די וועלט מיט דיין אמת, און דאן וועט אויפציטערן אלעס, מיט אונזער געשריי צו דיר.
השם הוא האלוקים! בידך אפקיד רוחי, שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד!!!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.