רשימת הבלוגים שלי

יום חמישי, 21 במאי 2015

מה קורה בשחיטה הסאטמארית - באידיש

פון א סאטמארער

מהר"א פליט אפ קיין מינעסאטע אין א פרואוו אפצוראטעווען די שחיטה "מהודרת"
יעצט אויפדערנאכט אן קיין צופיל פריערדיגע מעלדונגן איז מהר"א אפגעפלויגן מיט א פריוואטן פליגער צום שעכט הויז אין מינעסאטע אין א לעצטן פרואוו צו פארגרעסערן דעם קאווער אפ איבער די אזויגערופענע מהודרת שחיטה.
פאר די קורצע בעלי זכרון וועל מיר אביסל איבערפרישן. מיט אפאר יאר צוריק האט מהר"א זיך אנגעטון א ווייסן בוטשער היטל און דערקלערט פאר די וועלט אז פון היינט מאל אן איז ער דער שר הטבחים, ער גייט צושטעלן כשר פלייש פאר כלל ישראל, גענוג געווען מיט די מפוקפקדיגע שחיטות און הכשרים פון ביז אהער פון שלאכט הייזער געפירט דורך יחידים מיט אינטערעסן צו פארדעקן כשרות פראבלעמען ווען ס'קומט אונטער (דערמאנט מיר נאר ווער איז דער בעה"ב פון די קר"י בית השחיטה? אה מאיר הירש, ראה"ק דקהלת אהרונים), עס איז געקומען די צייט פאר כשר פלייש.
אומר ועושה, בקול רעש גדול האט זיך מהר"א אנגעהויבן פאטאגרעפירן יעדן יום הקריאה מיט א צווייטן מר בר רב אשי, ווען ביידע האבן אויפן קאפ דעם סימבאלישן ווייסן בוטשער היטל.
א בעל דרשן א גוטער איז ער דאך, האט ער אנגעהויבן פרעדיגן דרשות פארוואס נאר ער איז כשר און חלילה וחס די אנדערע זענען פון ספק טריפה ביז נבילה ממש. אזש מענטשן האבן פאר א מינוט אנגעהויבן גלייבן אז רעדט מען פארלייפיג פון א נייע עפאכע בעולם הכשרות.
עס איז דורך א שטיק צייט און ס'אונטערגעקומען די ביטערע מאסקאווי סקאנדאל, ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער בית השחיטה האט סערווירט טריפה'נע קאטשקעס פארן ציבור, א פרשה וואס דער בית השחיטה מהודרת האט זיך נאך ביזן היינטיגן טאג נישט ערהוילט און נאכנישט צוריקבאקומען נאמנות ביים ציבור.
אבער נישט געזארגט, אז מ'איז דורכגעפאלן מיט טשיקענס וועט מען גיין צו בהמות. און איבריג צו זאגן אז מיט בהמות האט דאך מהר"א א וועלט מיט עקספיריענס... די מערכה איז ארויף א שטאפל, מהר"א האט זיך אנגעקליידעט נישט נאר מיט א בוטשער היטל, נאר מיט גאר הויעכע שטיוול, הלמאי ער גייט שחט'ן אקסן. צום ערשט האט מען אנגעהויבן אראפרייסן יעדן וואס האט געשחטן ביזן היינטיגן טאג, די זעלבע טענות וואס דער אלטער קאשויער רב האט געהאט אויף די שחיטה האט מהר"א ארויסגענומען פון שאפע און אנגעהויבן שיסן אין זיבעטן ריפ.
די פריוואטע פליגערלעך זענען איינגעשפאנט געווארן, די פאטאגרעפיסטן זענען גרייט, מ'הייבט אן א סעריע רייזעס קיין טעקסעס. מ'האט ערפינדן כשרות. טעקסעס איט איז.
אבער ליידער זענען די גריסן צוריקגעקומען אז דער עולם קויפט נישט דעם טעקסעס פשעטיל, מוז מען אויפקומען מיט עפעס פריש, ויסעו מטעקסעס ויחנו במינעסאטע. אבער נישט סתם מינעסאטע, נאר מונחת שיהא מונח עד שיבוא אליהו.
דא האבן שוין די דורכפעלער אנגעהויבן קומען ווי רעגן אויף א ווייץ פעלד, היות די לאנגיאריגע פלייש באנק פון סאטמאר בארא פארק איז אריבער צום בעלות פון קהילת מהר"א, און דער דיין רח"ד כ"ץ איז געווארן אויס בעל מכשיר, האבן די בארא פארקער אנגעהויבן מאכן א ויצעקו אז מ'מוז ראטעווען דעם מצב, און פארגעשלאגן אז מ'זאל אויפנעמען אלס בעל מכשיר הרב לייכטאג, דער פריש געווארענער דיין במקום הרב כ"ץ, און היות רב לייכטאג הייסט אין די גאס א פרומער וועט עס אביסעלע ראטעווען די סעילס פון די בארא פארקער פלייש באנק, ווייל א דבר פשוט איז געווען אז אויב וועט מען אויפנעמען ר' משה פריעדמאן דער דיין אלס בעל מכשיר, קען זיך דאס געשעפט גענצליך פארמאכן.
זעט אבער אויס אז די שדכנים פון דעם געלונגענעם לייכטאג-בוטשער שידוך האבן נישט געברענגט די ריכטיגע אינפארמאציע, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישט נאר איז רב לייכטאג א פרומער, ער איז גאר פרומער פון רבי'ן. נו שוין מער האט דאך נישט אויסגעפעלט. לייכטאג האט אנגעהויבן האקן אויף די מהודרת מונחת אז מ'פאפט דעם ציבור, ס'דא ערענסטע כשרות פראבלעמען. אבער ער איז געבליבן כקול קורא במדבר, נישט געווען צו וועם צו רעדן, און צוגאב האט מען אים מעניש געווען אז אויף מינעסאטע קען ער מער נישט קומען געבן א הכשר, ער קען בלייבן אין טעקסעס. אזוי ארום האט זיך געשאפן א מצב אז די אייגענע בוטשער אין בארא פארק האט נישט פארקויפט די מינעסאטע פלייש בהשגחת מהר"א, ווייל דער בעל מכשיר פונעם געשעפט רב לייכטאג האט עס נישט אריינגעלאזט.
איז אריבער א תקופה און די מהודרת מונחת אין מינעסאטע האט אויפגעזאגט דעם לאנג יעריגן שוחט און משגיח הרב זאלדאן פון קרית יואל צוליב דעם שטינק וואס ער האט אנגעהויבן מאכן אז די כשרות אין מינעסאטע איז נישט אזוי גלאטיג. יעצט האט זיך שוין געשאפן א שטיקל אפאזיציע אינערהאלב די מהודרת פארטיי, לייכטאג און זאלדאן, מיטן הילף פון די פרומערע בתוך הפארטיי האבן אפיציעל באנקראטירט די מינעסאטע שחיטה, ווייל אויב אויף רב לייכטאג איז נאך געווען ספיקות איבער זיין אגענדע, האט דאך אויף זאלדאן קיינער קיין ספק נישט געהאט אז ער איז א פארטיי מענטש דורכאויס, און אויב ער זאגט שוין אז ס'שטינקט, שטינקט עס ווארשיינליך פון קאפ.
מהר"א איז אריינגעפאלן אין פאניק, נעמליך פון זיין הכשר לאכט דאך יעדער ווייל מ'ווייסט ס'בלויז פאר די בילדער, אבער יעצט אז די פרומע הייבן אן בויקאטירן דאס געשעפט וועט דאך אלעס חרוב גיין. איז ער אויפגעקומען מיט א וואזשנע המצאה, מ'גייט עפענען א פרישע פלייש געשעפט אין בארא פארק, מיט די השגחה פון ר' משה פריעדמאן, און דארט וועט מען פארקויפן די מינעסאטע פלייש. איי וואס זאגט מען פאר די גאס פארוואס איז שוין רב לייכטאג מער נישט גוט פאר א הכשר? האט מען דאס מלבש געווען אין א פרישע חומרא אז איין דיין קען נישט הענדלן מער ווי איין בוטשער, ויאכלו ענווים וישבעו.
די אקציע האט אבער צוריקגעקלאפט ווי א בומראנג, און אויב ביז יעצט האבן נאר א קליינע טייל פרומע אומאפיציעל בויקאטירט די מינעסאטע, איז עס געווארן א געהעריגע מאוומענט אז די מינעסאטע פלייש טאר מען נישט עסן. אלזא האט מהר"א באשלאסן אז ער גייט צוריק ארויסנעמען די אלטע געווער, זיין ברייט באקאנט פיסקל. ער האט זיך דעם פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג אויפגעשטעלט מיט א דרשה אין ביהמ"ד אין קרית יואל, און געמאלדן אז די מינעסאטע פלייש איז כשר וישר טראץ די אלע מוחים, ווייל נישט קיין צווייטער ווי ער נעמט אחריות...
עס איז דורך דער שבת און דער זונטאג, און די גריסן אל הקודש פנימה זענען צוריקגעקומען אז דער פרומער ציבור איז בכלל נישט אנציקט פון די דרשה מיט די אחריות צוזאמגעפלאכטן, נאר זיי ווילן זען א פרומערע הכשר אין מינעסאטע.
היינט נאכמיטאג איז געפאלן די החלטה אין שטוב אז נישטא מער קיין ברירות, מ'מוז אראפפארן בגוף אפראטעווען דעם מונחת אז דער טומל זאל עס נישט אונטערברענגן. מ'האט באשטעלט א פריוואטע פליגער, איינגעארדענט א רענצעלע מיט קעמרעס און לאנגע נעגל ס'זאל גוט צייגן אויף די בילדער ווען מ'איז בודק דעם חלף, און געכאפט צוויי מילדערע דיינים, רב טייטלבוים פון וויליאמסבורג (דער בלינדער בעל מכשיר פון די וויליאמסבורגער מהר"א בוטשערס, וואס געט יא די השגחה אויף אלע דריי בוטשערס, נישט כחומרא דבארא פארק כנ"ל) און רב וואזנער פון מאנסי (וואס איז שוין א נוגע בדבר ווייל ער האט אין די טעג באקומען בעלות אויף א אייגענעם בוטשער), און מ'גייט צייגן פאר די וועלט אז מהר"א'ס אחריות איז אין קראפט, ער זאגט אז ס'כשר איז כשר.
בלייבט נאר איבער צו זען צי די אפאזיציע וועט זיך טאקע אפשטילן, אדער חלילה וחס וועט מען מוזן אויפהערן מיט די קאוועראפ'ס, און זאגן קלאר חטאנו עווינו, די כשרות אין מינעסאטע איז נישט אזוי גלאטיג און מ'וועט זיך אונטערנעמען פרישע כשרות מעטאדן צו פארזיכערן אז דער מהודרת לעבל איז פשוט כשר פליש נישט קיין געבלאפטע כשרות

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.