רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 19 באפריל 2015

האט דער אהרוני פארגעסן?....

מאת סאטמארער

לגבי דעם מיליטערישן טשאפלעיןס קראקעדייל טרערן הספד, וויל איך קאמענטירן און ארויסברענגן ווי ווייט דער רעדט נישט צום דבר און באהאלט דא א גאנצע געשעהניש כאילו מען האט זיך פארטשעפעט מיט אומשולדיגע לעמעלעך און שאף.

איך וועל נישט אריינגיין אבער די פערזענליכקייט פון מענדעלע'ס שטוב וואס עס האט זיך דארט אלטס אפגעטאן דורכאויס די יארן, איבערהויפט ווי אזוי זיי זעלבסט האבן באהאנדעלט דעם טשעפלען, ווייל עס איז נישט א מצוה סתם צו מישן א קאשע מיט יענמ'ס בלוט, איך וועל נאר דערמאנען אפאר טריקענע פאקטן וואס דער טשאפלען מיט זיין טאטע און איבערהויפט זיין גרויסע זיידע ווילן מאכן אונז זאל מיר פארגעסן.

דער ברך משה האט אויף דער עלטער מחליט געווען אז ער וויל מאכן מהרז"ל פאר רב אין וומ"ס און האט געהאלטן אז ער טיילט איין פאר זיינע 2 קינדער וואס זענען ראוי לאותו איצטלא געהעריגע פאזיציעס אין סאטמאר וואס איז גענוג אין נאך גרויס אזוי אז יעדער וועט על פי פשטות זיין צופרידן מיט זיין מלוכה, ער האט אבער פארזען אז ער האט א זון וואס איז גרייט בועט צו זיין אין אים פאר זיין תאוות השררה, און איז גרייט געווען אלעס, אבער אלעס, צו טוען צו בלייבן דער איינציגער אויסשלוסליכער יורש, הוא ולא אחר, און ווארפן די איבריגע קינדער, זיינע געשוויסטער, צו די הינט, ווייל נאר ער מעג זיין סאטמערע רבי, וואס אים קומט זיך אים אלעס ובפרט אז ער איז אזוי מין שטארק באליבט ביי יעדן אז ס'דאך א דבר פשוט אז נאר ער קען זיין מלך.

להמשך כנסו כאן:

די גאנצע השתלשלות ווי אזוי דאס אלעס איז צוגעגאנגען איז נישט אינטערעסאנט צו איבערגיין (הגם עס וואקסן היינט אויף בחורליך מיט יונגעלייט מיט קינדערישע ליגיונות און נערישע פאנטאזיעס וואס זענען נישט געשטויגן אין געפלויגן, און דענקן בכלל נישט ווי אזוי זייער רבי האט זיך אויפגעפירט ווי א ניגער פון הארלעם), אבער אזוי פיל איז גוט צו דערמאנען די גראבע פאקטן וואס איז דא הארטע איבערווייז פון טעיפס און קליפס ‏וואס די ארונים פרובירן מיט אלע כוחות צו פארמעקן, און פארלייקענען גאנצעטע געשעענישן, כדי זיי זאלן קענען וויינען ווי אומשולדיגע לעמעלעך מ'האט אונז געטשעפעט...

למשל: דער טשאפלען דינן פארציילט נישט ווי ער מיט זיין ברודער האבן זיך אויף געפירט אין געגנווארט פונעם זיידן, אין איך רעדט נאך פאר תשנ"ט, צולאזטע בריאים וואס מען האט נישט געקענט קאנטראלירן. נאכן טיילונג איז דאך שוין אפגערעדט ווי זיי האבן געווילדעט אין כסדר דעמאניסטרירט אז זייער טאטע אין זיידע זענען די "טשויזען וואנס". נאר אין שטוב פונעם ברך משה האט מען אלטס מלמד זכות געווען אז די קינדער מוזן אנקומען צו הילף נעבעך. מ'זאל נישט געפרואווט ווערן...

ער לייגט אראפ ווי זיין זיידע בענקט זיך אזוי מין שטארק נאכן ברך משה, אזוי אויך זיין טאטע, און מען האט זיי פשוט אוועקגעריסן פון אים על לא דבר אין נישט געלאזט קומען צו די שמחה פון די דור רביעי אין פונעם בנו הגדול הגיבור והנורא.

האט ער פארגעסן אז זיין זיידע האט דערקלערט פלניא גזלנא על אף וואס זיין טאטע האט אים קלאר געזאגט אין פנים אריין אז איך וויל מאכן מהרז"ל פאר רב?

האט ער פארגעסן אז זיין זיידע האט געהאלטן די א' ב' ג' דרשה ווייל זיין טאטע האט אים אריינגעגעבן אז ער איז אים מקצר ימיו?

האט ער פארגעסן אז דער ברך משה האט אויסגעקלאפט אין בית המדרש ערב שביעי של פסח אז די אלע וואס וואס פארפירן אין טשעפענען משה גבאי וויל ער נישט האבן אין בית המדרש אדער ביי זיך אין שטוב, און געמוזט זיך אראפלאזן די הויזן פאר זיינע אזויגעריפענע געטרייע חסידים אז ער וועפט נישט חלילה?

האט ער פארגעסן אז עס איז ארויסגעקומען א בלאט וואך איין וואך אויס מיט ליצנות אין שפעט אויפן ברך משה'ס חשבון אין דער בנו הגדול האט איינגענומען א שווייגעניש טראץ די גרויסע בענקשאפט?

האט ער פארגעסן אז מען איז אריין אין קארט תשס"א כדי צי ווייזן ווער עס איז בעל הבית אין סאטמאר, און אזוי פארשעמט דעם ברך משה פאר די גאנצע וועלט אז ער האט א קינד א ציגאנער וואס איז אים גרייט געווען צו באגראבן אלעס מיטן ציהל צו ווערן דער איינציגער סאטמאר רבי?

האט ער פארגעסן אז זיין טאטע האט איבערגעשריבן די הויז אין מאנרא וואס יעדער נארמאלער עלטערער איד וואלט נישט פארשוויגן ווען א קינד באגייט אזא עוולה קעגן אים?

האט ער פארגעסן ווי די אזויגערופענע חסידים האבן איבערגעדרייט טישן אין תפילות וואך איין וואך אויס, און דער בנו הגדול האט ווייטער איינגענומען א שווייגעניש כאילו עס איז נישט זיין טאטע?

האט ער פארגעסן טאקע ביי זיין בר מצוה ווי מען האט קלאר געזאגט פאר זיין טאטן אז ער קען נישט עולה זיין מפטיר ביים זיידן ווייל ער האט געגנבעט די דירה אין מאנרא און מען איז געקומען דוקא אין בית המדרש צי ווייזן דעם זיידן אז מען וועט זיי נישט איינטיילן, און ביי קריאת התורה האט מען פארענט פונעם ס"ת אויפגערעגט און מבזה געווען דעם זיידן, און פון דעם בענקענדיגער זון אין מאנרא האט מען נישט געהערט קיין פיפס?

האט ער פארגעסן ווען מען האט אויסגעליפטערט דעם ברך משה'ס מעדעצינען ליסטע פאר די גאנצע וועלט וואס האט געעקלט יעדן נארמאלער מענטש, א זאך וואס אפילו א גוי טוט דאס נישט?  וואס דרך אגב האט דער פעטער זיינער מרדכי אהרן - וועם דער ברך משה האט אזוי ליב געהאט און געוויינט אז דער ברך משה האט געשריגן אויף אים אין בית המדרש - געהאט א גרויס חלק דערין?

האט ער פארגעסן ווי זיין קאזין סיני בן שלום אליעזר ט"ב איז געזעצן אין בית המדרש אין געמאכט ליצי ליצנות פונעם זיידן אין פנים אריין?

האט ער פארגעסן אז פעטער מרדכי אהרן איז ארום געלאפן טאג אין נאכט אין ראדני אויפהעצן די חסידים אז מ'ברויך פארפירן ווייל דער זיידע קאלעכט?

האט ער פארגעסן ווען זיינע אייגענע געשוויסטער האבן פה אחד, ברצון ובאונס, אונטערגעשריבן עפידעוויטס צום געריכט מיט מעשיות ווי דער זיידע איז א הילפלאזער אלטער היימלאזער פארשוין, און אים דעליווערט א סובפינע צו אראפקומען אין קארט אין עלטער פון 90 יאר?

איך קען אזוי אנגיין א גאנצן טאג מיט טרוקענע פאקטן וואס מאיזה סיבה שהוא געדענקט ער דאס עפעס נישט, און די ליסטע קען אנגיין ליידער נאך סאך סאך ווייטער.

איך קען אים אזוי פיל זאגן: נישט יעדער האט פארגעסן ווי אזוי דער בנו הגדול מיט זיינע קינדער האבן זיך אויפגעפירט מיט זייער טאטן/זיידן. יו קענט פאלל עווריוואן.

סך הכל האבן די אלע משפחה מיטגלידער און אזויגערופענע חסידים וואס האבן זיך געשטעלט אויף די זייט פונעם בנו הגדול בוחר געווען דעם בנו הגדול נישט קעגן זיין יונגערן ברודער, נאר  קעגן ברך משה אפען און גראב און זיי זאלן מיר נישט יעצט אפוויינען ווי שטארק זיי האבן געוואלט אריינגיין צום זיידן אין זענען אזוי אומשילדיג.

עס איז געווען רבנישע מחלוקת אין די לעצטע 20 יאר אין אסאך חסידות'ער ווי למשל וויזניץ, תולדות אהרן ,באבאוו, קלויזנבורג, און נאך וואס איך דענק נישט אויף די מינוט, אבער עס איז קיינעם פון די קינדער אדער חסידים נישט בייגעפאלן אזא זאך אז בפניו פונעם אלטן רבי'ן זאל מען זיך רייסן און שלאגן, חוזק מאכן און דערקלערן איינמאל און נאכאמאל אז ער קאלעכט. הגם רוב פון די פריערדערמאנטע רביים זענען געווען הונדערט מאל מער אויסגעלאשן ווי דער ברך משה, אבער מ'האט געוויסט איבעראל אז מיט כיבוד אב שפילט מען זיך נישט אפילו עס שמעקט נישט, עכ"פ בפניו. אונז זעמיר אידן, נישט ציגיינער. און פארוואס האבן די משפחה מיטגלידער און אזויגערופענע חסידים געטון? אלעס ווייל ר' אהרן מוז זיין דער איינציגער סאטמערע רבי אין אזוי אויך דער הגה"ק פונעם דור.

דער בנו הגדול האט נישט קיין איינמאל מוחה געווען אין אוודאי נישט אפגעשטעלט קיין שום חוצפה און עזות וואס איז פארגעקומען קעגן זיין טאטע, נאר איינגענומען א שטילשווייגעניש מיטן גרעסטן מאס הנאה אז זיינע מענטשן טוען דעם דזשאב. בחדרי חדרים האט מען מיט די אלע שלעגערס זיך געקלאפט אין פלייצע און מחזק געווען אויף זייער עבודת הקודש.

וואס וואלט געווען ווען ער שטעלט זיך איינמאל אויף זאגן איך בין מוחל אויף מיין כבוד און כ'בעט מ'זאל זאפארט אפשטעלן אלע מהומות אין ראדני ווען דער טאטע איז דארט? וואלט ער דען נישט געווען א היראו? וואלט ער געווען א טראפעלע קלענערע רבי פון וואס ער איז יעצט, אויב נישט גרעסער? האבן נישט זיינע אייגענע מענטשן געוואלט דאס זען אדער הערן עפעס ערענסקייט?

אבער דאס איז עס, דער בנו הגדול קאן נישט אוועק געבן דאס מינדעסטע פון זיך פאר א טאטן, נו אזא איינער בענקט גארנישט נאך זיין טאטן!!! און דער טשעפלען זאל גיין משוגע מאכן פאפא און מאשלוי, נישט סאטמאר וואס יעדער האט געזען די פאקטן.

לסיום וויל איך סתם פרעגן א טעארישע פראגע, וויאזוי וואלט זיך דער הייליגער הגאון הקדוש אויפגעפירט ווען דער טשאפלענער אייניקל וואלט ווען איבערגעשריבן היינט די צאנז קארט דירה אויף זיין נאמען? ווער עס ווייסט דעם ענטפער זאל ביטע אריינרופן דעם טשאפלען אויפן פריוואטן מיליטערישן טעלעפאן.לגבי דעם מיליטערישן טשאפלעיןס קראקעדייל טרערן הספד, וויל איך קאמענטירן און ארויסברענגן ווי ווייט דער רעדט נישט צום דבר און באהאלט דא א גאנצע געשעהניש כאילו מען האט זיך פארטשעפעט מיט אומשולדיגע לעמעלעך און שאף.

לסיום וויל איך סתם פרעגן א טעארישע פראגע, וויאזוי וואלט זיך דער הייליגער הגאון הקדוש אויפגעפירט ווען דער טשאפלענער אייניקל וואלט ווען איבערגעשריבן היינט די צאנז קארט דירה אויף זיין נאמען? ווער עס ווייסט דעם ענטפער זאל ביטע אריינרופן דעם טשאפלען

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.