רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 29 באפריל 2014

סאטמאר מזועזעת מחטף אהרוני גופת זאלוני

מאת סאטמארי

מביא אני לכם את הסיפור במדוייק כפי שזה קרה, אלא זה בשפת האידיש, אכתוב כמה מילים, יהודי הלך לעולמו בחג וכידוע ביו"ט שני קוברים, הוא היה אצל הבת בבורו פארק וילדיו האחרים בווילימסבורג ומונסי. החתן שהוא אהרוני בניגוד ליתר חלקי המשפחה שהם כולם זאלונים כולל האבא הנפטר שהיה זאלוני,  חשב על המצאה, הוא הזמין מיד את החברא קדישא של האהרונים ומיהר בחג לקבור אותו אצל האהרונים בטרם שיתר חלקי המשפחה בכלל ידעה כי הוא הלך לעולמו, ובמוצאי החג כשזה נודע לילדים שלו אמרו להם שהוא כבר קבור אצל האהרונים, וזאת למרות שהוא עוד בחייו הכין לעצמו קבר בבית הקברות של הזאלונים

ועכשיו באידיש:

די מעשה: די טעכטער האבן געבעטן אז זיי ווילן ר' בנציון זאל זיין אין בארא פארק אויף יו"ט דארט ווי ער פלעגט וואוינען, און ער איז טאקע אהינגעפארן פאר יו"ט. ר' שלמה יעקב איז געווען אין מאנסי ביי א זוהן, זיך ערהוילענדיג פון א אפעראציע וואס ער איז נארוואס אדורך. שביעי של פסח אינדעפרי האט ר' בנציון געדאווענט אין סאטמארע ביהמ"ד אויף 10 עוו. אינמיטן דאווענען האט ער זיך שווער צוהיסט און מען האט אים אריינגעפירט אין מיימאנעדיס שפיטאל ווי דער מצב האט זיך פארערגערט דורכאויס די טאג. פארשטייט זיך אז שלמה יענקל וואס איז יעצט געווען אין מאנסי און די טאכטער גרינפעלד פון וומסב"ג האבן נישט געהאט קיין אנונג אז עפעס ערנסט האט פאסירט מיט זייער פאטער, נאר די 2 טעכטער וואס וואוינען אין ב"פ ראזנעבערג און פישער האבן מיטגעהאלטן. בערך 9 אזייגער ביינאכט האט ר' בנציון אויסגעהויכט זיין נשמה. דא איז פאר זיין איידעם ישראל ארי' פישער בייגעפאלן א ווילדע המצאה: היות עס איז דאך יו"ט און קיינער ווייסט נישט, וועל איך אין איילעניש מאכן די טהרה, קאלן די חברה קדישא, ארויספארן אויף מאנרא, מקבר זיין דארט ווי איך וויל, צודעקן מיט ערד, און מוצאי יו"ט ווען די משפחה וועט געוואר ווערן וועט מען זיך שוין דעמאלס זארגן און ר' בנציון וועט שוין זיין אונטער די ערד.

עס הערט זיך ווילד, אבער דאס האט אין ווירליכקייט פאסירט! מיט די הילף פון זיין זוהן יואלי פישער האט מען אנגעכאפט דעם אלטן, אריינגעלייגט אין קאר, ארויסגעפארן קיין מאנרא. אויפן וועג האט מען אנגערופן יוסל ווייס אז עס קומט א העווי פּעישאן, מיר האבן אריינגעכאפט דא א פעט פישעל. מען האט געמאכט די טהרה בחצות הלילה בערך, צוליב די לעגאלע ענינים האט מען פון דארט טעלאפאנירט יצחק מרדכי בראך פון יראים טשאפעל קלאר צומאכן עפעס, יצחק מרדכי וואס האט פארשטאנען אז עפעס גייט דא פאר אז ער האט גארנישט מיטגעהאלטן און דא זעהט ער אז יוסל ווייס איז זיך מטפל מיט א נפטר מאנשי שלומינו, האט ער גראד טעלאפאנירט ר' זלמן לייב פעלדמאן חברה קדישא דקיט"ל וומסב"ג מודיע זיין וואס דא גייט פאר, ר' זלמן לייב פעלדמאן האט גראד אנגערופען ר' געציל פאלאטשעק פון די זאלוינישע חברה קדישא אין קרית יואל, ר' געציל איז אריבערגעלאפן צו ר' ארי' ראזענפעלד דומ"ץ קיט"ל ק"י אנפרעגן וואס צו טוהן, ר' ארי' האט אים קלאר געמאכט די הלכה און געציל האט אנגעקאלט שלמה יעקב יעקב מודיע זיין אויף די פלוצלינגדיגע אבידה פון זיין טאטע און אז מען האלט שוין נאך די טהרה פון זיין טאטע, און מען האלט שוין ביים באגראבן אין די ארויני'שע חלקה. ר' שלמה יענקל האט געמיינט אז ער פאלט צאם פון די דאפעלטע בשורה! ער האט געבעטן ר' געציל זאל ארויפפארן אין ביה"ח קלאר מאכן פאר די ארוינישע חברה קדישא אז אלץ דער יורש דאורייתא פונעם נפטר אסר'ט ער זיי צוצורירן דעם ארון און זיי זאלן עס זאפארט איבערגעבן פאר ר' געציל פאלאטשעק.

ר' געציל האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן און ער האט גערופן אפאר אייניקלעך פון ר' בנציון וואס וואוינען דא אין קרית יואל (אלע זענען זאליס, ווי אויך שטערן ביי וועם ר' בנציון איז איינגעשטאנען אלע יארן) און זענען ארויף צום ביה"ח זיי איבערגעבן די קלארע מעסעדזש פון ר' שלמה יענקל, אויך איז דארט געווען יואל געלבמאן א זוהן פון ר' הערש מיילעך ע"ה וואס האט געזאגט אז ער איז במקום זיין טאטע ע"ה און ער פארלאנגט מען זאל איבערגעבן זיין זיידן פאר ר' געציל פאלאטשעק, אברהם יושע ווערצבערגער וואס איז נאך האלב נארמאל איז גראד אוועקגעגאנגען וווען ער האט געזעהן ר' געציל מיט אייניקלעך אנקומען, ר' געציל האט אים צוריקגערופן וועלנדיג רעדן מיט אים דברים של טעם אבער ער האט זיך מחמת בושה געשעמט צוצוקומען, עכ"פ פישער האט געשריגן מען זאל זיך נישט וויסענדיג מאכן, און באפוילן פאר די פאליס וויטריאל זאל ארעסטירן פאר ווער עס מאכט פראבלעמען, און געוויזן פאר יוסל ווייס אנצוגיין מיט די קבורה. די אייניקלעך האבן געזעהן אז עס איז נישט דא וואס צו טוהן, מען האט פשוט און פראסט פארכאפט זייער זיידן, האבן זיי זיך געזעגנט און אהיימגעגאנגען.

יו"ט צופרי ווען דער עולם האט זיך ערוועקט צו די ביטערע בשורה אז ר' בנציון געלבמאן איז די נאכט אוועק און מען האט אים שוין גאר באגראבן באישון לילה און נאך אין די אלטע חלקה איז דער עולם געעוען אויפגעשוידערט וואס דא האט פאסירט, אזוי אויך אין וומסב"ג ווי די שאקירענדע נייעס איז אנגעקומען דורכן משמש ר' זלמן לייב פעלדמאן אז מען האט זיך דעלעבט צו א פרישן שטאפל פון חי'שקייט אז מען קרויזט גאר אויס א זוהן און פון זייער זייט אויס זאל דער זוהן געוואר ווערן מוצאי יו"ט אז ער דארף זאגן קדיש

איך האב במשך דעם יו"ט געטראפן אפאר נארמאלע ארונים וואס אלע האבן פארדאמט די שוידערליכע פארכאפונג זאגנדיג אז פישער האט זיך אויפגעפירט ווי א חי' טורפות. קום איך איך היינט דא אין קאווע שטיבל, זעה איך אז אלע זענען גאר פאראייניגט כאיש אחד בלב אחד זיך אנצונעמען אויף די מעשה נבלה

מה נאמר ומה נדבר!!
ווער עס פארשטייט פארשטייט און ווער נישט נישט...

תגובה 1:

  1. וואס איז די נפקא אמינא וואו דער מת ליגט? זענען דען די ווערעם פונעם זאלאנישער בית-החיים בעסערע ווערעם?

    השבמחק

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.